לגדור גדר: האד' מסטריקוב איז מוחה בראש קהל חסידיו קעגן טריפה'נע טעכנאלאגיע געשעפט אין שטאט בני ברק
מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ידיעות בני ברק
הונדערטער תושבי העיר בני ברק זענען דעם ליל שישי ארויסגעקומען ברחובה של עיר צו אן עצרת מחאה קעגן א געשעפט וואס פארקויפט נישט קיין כשרע טעלעפאנען, אין שפיץ פון דעם לוחם מלחמות השם כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א.
ווי באקאנט טוט דער סטריקובער רבי שליט"א פירן א שטארקער קאמף אין שטייט בראש המערכה אז אלע טעכנאלאגיע געשעפטן אינערהאלב די חרדישע געגנטער אין ארץ ישראל זאלן פארקויפן בלויז כשר'ע טעלעפאנען, ווען נאך א לאנגער תקופה האט דער רבי באוויזן צו ברענגען א שטארקע אויפוואכונג, אין א בחינה פון טיהר את בני ברק, ווען פון צענדליגער טעכנאלאגיע געשעפטן אין בני ברק, איז געבליבן בלויז איין איינציגע געשעפט וואס איז נישט גרייט צו נעמען אויף זיך די השגחה כהוראת גדולי ומאורי ישראל.
נאך פארשידענע שתדלנות אויף א מערערע אופנים וואס האבן ליידער נישט געהאלפן האט דער רבי שליט"א באשלאסן ארויסצוגיין מוחה זיין פארנט פונעם געשעפט אויף רחוב רבי עקיבא. מיטן רבי'ן אינאיינעם זענען מיטגעגאנגען א גרויסער מחנה חסידים און בחורים וואו מען האט א לענגערע וויילע מוחה געווען כדת של תורה אנקעגן די שרעקליכע פירצה.
נאך ארום א שעה צייט וואס דער רבי איז דארט געשטאנען און מיטגעהאלטן די מחאה האט ער זיך אנגערופן פאר די חסידים אז מען האט יוצא געווען דעם חובת מחאה און יעדער זאל אהיימגיין אן גורם צו זיין א חילול השם.










תגובות