השתדלו והרבו תחינה: האד' מדזשירקא אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' נצבים וילך • כ' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

השתדלו והרבו תחינה: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ''ק האדמו''ר מדזשירקא שליט''א, וועלכער איז נעכטן דינסטאג אוונט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.
דער רבי שליט''א וועלכער פירט אן זיין הויף אין בארא פארק, האט געליטן פון א רייע געזונטהייט קאמפליקאציעס די לעצטע תקופה, און איז דורכאויס די וואך געווען גאר אפגעשוואכט, די דאקטוירים האבן געראטן צו נעמען דעם רבי'ן אין שפיטאל אויף אונטערזיכונגען צו דערגיין די אורזאך פונעם שוואכקייט, און זאגן אז מען וועט מעגליך דארפן באהאפטן דעם רבי'ן צו א רעספערעיטאר.
היינט נאכמיטאג וועט מען זיך צוזאמקומען צו אן עצרת תפלה וזעקה אין דזשירקא ביהמ"ד אויף דיטמאס עוו. אין בארא פארק בשעה 7:55, תפילת מנחה בשעה 8:15. אידישע קינדער זענען מתפלל פאר מרן אהרן בן חנה יוטא לרפואה שלימה וחיזוק כוחותיו בקרוב, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.






תגובות