top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זארג איבער מצב הבריאות ביי האד' מוויזניץ; כלל ישראל מתפלל לרפואת מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי וויזניץ בתוך כלל ישראל זענען אין די טעג מרבה בתפילה ותחנונים לרפואתו השלמה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער איז ווייטער אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים און תפילות ישראל. דער רבי שליט"א וועלכער געפינט זיך יעצט במעון קדשו אין מושב אורה, ליידט די לעצטע טעג פון גאר שווערע יסורים אלס רעזולטאט פון די נאכאנאנדע באהאנדלוגנען וואס טוט גאר שטארק אפשוואכן זיינע כוחות.


דעם ערב שבת איז דער בית דין צדק דק"ק וויזניץ ארויס מיט א רוף פאר אלע חסידים צו זאגן שבת ביינאכט ספר רביעי אין תהילים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א. ווי אויך האט דעם רבינס זון, הרה"צ רבי יעקב מרדכי הגר שליט"א, אבד"ק וויזניץ אלעד, זיך געוואנדן טעלעפאניש מיט א קול זעקה צו די חסידים, זיך צו פאראייניגן בתפילה און קבלות טובות לרפואת אביו הגדול דער רבי שליט"א.


דעם שבת צופרי, נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט עולה געווען לתורה, האט ער געהייסן מאכן א "מי שברך" לרפואתו השלמה פון זיין שוואגער, דער וויזניצער רבי שליט"א, אויך כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט געמאכט א מי שברך לחולה פארן רבי'ן שליט"א להחזיקו ולהחיותו, להחלימו ולרפאותו.


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועלכער האט דעם דאנערשטאג מבקר חולה געווען ביים רבי'ן אין מושב אורה, האט נעכטן ביי שלש סעודות אין אתרא קדישא מירון, מעורר געווען דעם ציבור צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פונעם וויזניצער רבי'ן, זאגנדיג אז "דער דור דארף אים נאך". שפעטער מוצאי שבת ביים מעמד הדלקה רבתי דורך המשפיע הגה''צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין מירון, האט דער משפיע דורכגעריסן די שערי שמים און פארגעזאגט א קאפיטל תהילים פארן וויזניצער רבי'ן שליט"א.


אויף דעם קומענדיגן מוצאי שבת סליחות איז געווען געפלאנט אז דער רבי שליט"א וועט זאגן די סליחות ראשונות ברוב עם אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ, אבער מיט די יעצטיגע ירידה אינעם רבינס מצב ל"ע איז דער פלאן מוטל בספק מיטן האפענונג אז די רבי וועט קומען צו די כוחות און קענען מיטהאלטן די ימים הנוראים בקרב חסידיו וועלכע זענען אזוי משתוקק לשמוע אל הרנה ואל התפילה כבשנים קדמוניות.

תגובות


bottom of page