דראמאטישע מאמענטן ביי סליחות הראשונות אין בעלזא נאך וואס האד' מבעלזא ווערט אפגעפירט אין שפיטאל
- לפני 16 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

טויזנטער בעלזער חסידים וואס האבן זיך היינט פארזאמלט אינעם בית המדרש הגדול אין קרית בעלזא ירושלים צו די אמירת סליחות הראשונות, זענען איבערראשט געווארן מיט באדויער, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז נישט אריינגעקומען צו סליחות נאכדעם וואס דער רב האט געדארפט אריינגענומען ווערן אין שפיטאל.
שוין פון זעקס אזייגער אינדערפרי, באשמורת הבוקר, האבן טויזנטער חסידים געווארט אז דער רב שליט"א זאל אריינקומען אין היכל. אבער די סליחות איז כסדר אפגעשטופט געווארן, ווען די חסידים זענען געבליבן ווארטן שעות לאנג נישט וואוסנדיג וואס עס טוט זיך בקודש פנימה.
נאך עלף אזייגער איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א אריינגעקומען אין היכל און אנגעהויבן סליחות, וואס האט אויסגערופן גרויס באדויער ביי די פארזאמעלטע חסידים, און נאך מער ווען עס איז געמאלדן געווארן נאך סליחות דורך דער שמש אין ביהמ"ד הגדול הרה"ח ר' אהרן קלמן פריעד הי"ו, אז דער רב שליט"א איז אריינגענומען געווארן אין הדסה שפיטאל, און מען האט געזאגט עטליכע מזמורי תהילים בקול רעש גדול.
דערווייל איז נאך נישט באקאנט די אורזאך און עס איז נאך נישט קלאר גענוי וואס עס האט פאסירט, און איבעראל זענען חסידי בעלזא מרבה בתפילה ובתחנונים לרפואתו השלימה פונעם רב שליט"א, מרן ישכר דוב בן מרים, בפרט אין די טעג ווען מען שטייט ביים שוועל פון די ימים הנוראים, און מ'זאל זוכה זיין לשמוע אל רינה ואל תפילה, און דער רב שליט"א זאל קענען פראווענען די הייליגע טעג בקרב עדת צאן מרעיתו כבימים ימימה, מיט פרישע כוחות, אין א בחינה פון "יתחדש כנשר נעוריכי".
והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.





תגובות