top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השתדלו והרבו תחינה: האד' מצאנז בארא פארק אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים

  • לפני 6 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

לקיים בנו חכמי ישראל:  אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם ווערן געבעטן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פון בארא פארק, וועלכער געפונט זיך ליידער על ערש דוי אין א שווערן מצב, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.


דער רבי שליט"א וועלכער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל, מוטשעט זיך ליידער עטליכע יאר מיט די ביטערע מחלה ה"י, און איז שוין אפגעשוואכט א לאנגע צייט, דורכאויס די לעצטע תקופה האט זיך דער מצב ליידער שטארק פארערגערט מיט פרישע קאמפליקאציעס ה"י, און דער רבי געפונט זיך שוין עטליכע טעג אין א גאר קריטישן מצב.


דער רבי שליט"א האלט זיך אויף אין זיין שטוב אין בארא פארק וואו די דאקטוירים האבן צוגעשטעלט די נויטיגע באהאנדלונגען און אנווייזונגען צו קענען באהאנדען דעם רבי'ן אינדערהיים, אונטער מעדיצינישער אויפזיכט.


אידישע קינדער ווערן געבעטן אינזינען צו האבן דעם רבי'ן לרפואה שלימה, דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן ברוך בן מלכה בתוך שאר חולי ישראל, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.



תגובות


bottom of page