תורה תורה חגרי שק: נפטר געווארן הגאון רבי אלחנן בערלין זצ"ל איידעם ביים פוסק הדור הגרי"ש אלישיב זצ"ל
דאנערשטאג פרשת ויצא • ט' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין די שערי צדק שפיטאל אין ירושלים איז די נאכט נפטר געווארן בשיבה טובה הגאון רבי אלחנן בערלין זצ"ל, מראשי ישיבת ערלוי און איידעם פון מרן פוסק הדור הגאון רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל.
הגאון רבי אלחנן זצ"ל איז שוין אין זיינע בחורישע יארן נתעלה געווארן במעלות התורה והיראה, און האט זוכה געווען זיך מסתופף צו זיין בצלם פון גדולי ישראל און ספעציעל ביים גאון ישראל דער בריסקער רב זצ"ל.
בהגיעו לפרקו האט ער זוכה געווען אויסגעקליבן צו ווערן אלס אן איידעם ביים פוסק הדור הגאון הרב אלישיב זצ"ל. נאך די חתונה האט ער זיך באזעצט אין שכונת אחווה אין ירושלים, נאנט צום שטוב פון זיין גרויסן שווער, צו וועמען ער איז געווען צוגעבינדן בלב ונפש מיט א קעגנזייטיגע הערצה וואס האט זיך ארויסגעוויזן אין יעדן געלעגנהייט.
לאנגע יארן האט ער מרביץ תורה ויראה געווען אין ישיבת 'אהל שמעון' ערלוי אין שכונת קטמון אין ירושלים, וואו ער האט אויפגעשטעלט דורות פון תלמידים מובהקים, און איבערגעגעבן שיעורים מיט א געוואלדיגע עמקות און קלארקייט, באגלייט מיט זיין מאירות פנים צו יעדן תלמיד. אויסער זיין געוואלדיגע גדלות בתורה, איז ער געווען באקאנט מיט זיינע דערהויבענע מידות, זיין ענוה און צניעות, ווען ער האט זיך כסדר ארויסגעדרייט פון כבוד און אנטלאפן פון פרסום.
ער לאזט איבער א דור ישרים מבורך, קינדער און אייניקלעך, וואס גייען אין זיינע געהויבענע דרכים.
די לוויה איז ארויסגעגאנגען היינט דאנערשטאג מיטאג פון בית המדרש אחווה אין ירושלים, אויפן וועג צום הר המנוחות, וואו ער איז געקומען לקבורה.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.







תגובות