והעיר מאנסי צהלה ושמחה: גרויסארטיגער רבישע חתונה אין הויפן פון סטאניסלאוו - לעלוב
דאנערשטאג פרשת ויצא • ט' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי. מ. JDN
תושבי מאנסי צוזאמען מיט פילצאליגע תלמידים וחסידים, זענען נאך אונטערן רושם נאך דעם געהויבענעם שמחת בית צדיקים, שמחת החתונה פון הכלה תחי' בת זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א, מיט חתן א זון פון הרה"ג ר' אהרן שלום פריעדמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון צפניה, וואס איז אפגעראכטן געווארן מקום מגורי הכלה אין שטאט מאנסי, און האט אריינגעברענגט די גאנצע שטאט אין א גייסט פון שמחה וצהלה.
די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא וואס האט במשך די גאנצע שמחה געווירבלט מיט הונדערטער אידן וואס האבן געשטראמט מיט בגדי שבת, זיך צו באטייליגן ביים גרויסן שמחת בית צדיקים, דערונטער פילצאליגע געסט פון נאנט און ווייט וואס זענען ספעציעל געקומען צו פארן מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה.בעצם יום החופה אין די נאכמיטאג שעהן איז פארגעקומען די מעמד הכוללות קוויטל פאר די אריבער 150 תלמידי הישיבות דחסידי סטאניסלאוו, וועלכע האבן זיך פארזאמלט אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול סטאניסלאוו אין מאנסי, וואו דער רבי שליט"א האט געדאוונט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידים הקרויים בנים, און דערנאך זיך געזעצט צום מעמד הכוללות קוויטל, אינאיינעם מיטן ברודער כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א פון ביתר וועלכער איז געקומען צופארן לכבוד די שמחה. שפעטער איז געווען זמני כניסה בביתו נאווה קודש וואו דער רבי האט געזעגענט די חסידים מיט קוויטלעך פאר עטליכע שעה נאכאנאנד.
דער מעמד קבלת פנים איז אפגעראכטן געווארן אינעם זאל, וואו מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, און מען האט געהערט די ווארעמע חרוזים לעורר הלבבות. דאן איז מען ארויס צום באדעקן און דער רבי האט אנגעטון די בגדי הירושה מאבותיו הקדושים, איידערן ארויסגיין צום גרויסן מעמד החופה וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף די ספעציעלע בימה פארנט פונעם זאל.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע פון חתן הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, די ברכות זענען צעטיילט געווארן צווישן די פעטערס פון ביידע צדדים, ה"ה: האדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א פון ביתר, האדמו"ר מלעלוב הר יונה, הגה"צ אבד"ק אוסטראה שליט"א, הגה"צ אבד"ק יערוסלאב שליט"א, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א.
נאך'ן מעמד החופה האט דער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם ריקוד לכבוד השמחה, און דאן איז געווען א געלגענהייט דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב פארן בעל שמחה דער סטאניסלאווער רבי, אינעם פאליש פונעם זאל, וואו א ריזיגן ציבור פון הונדערטער אידן האבן זיך געשלענגעלט אין די רייע.
אינצווישן האט דער ציבור זיך פארזאמלט אינעם זאל וואו עס איז אפגעראכטן געווארן די סעודת החתונה, און מ'האט זיך משמח געווען לכבוד שמחת חתן וכלה אויף א געהויבענעם שטייגער.
אין די באשטימטער שעה איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם פיל געפאקטן זאל, און זיך געוואשן צום סעודה. במשך די סעודה האבן זיך משתתף געווען מערערע אדמור"ים ורבנים פון שטאט, ובראשם האדמור"ים מוויזניץ מאנסי, ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, קאסאן, פארשעי, אמשינאוו בארא פארק, מאשלוי, זוטשקא מאנסי, באניא, גאב"ד טענקא, גאב"ד סאטמאר מאנסי, אבד"ק סאטמאר מאנסי, הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בשליחות אביו האדמו"ר מסאטמאר, אבד"ק זלאטשוב מאנסי, אבד"ק סאמבור און נאך.
מיטן בענטשן און די שבע ברכות האט מען מכבד געווען די קרובי משפחה. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא מאנסי שליט"א.
דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' הלל יואל קעפעטש הי"ו האט צוערשט אויפגערופן צו מצוה טאנץ די חשובע זיידעס מצד החתן הגה"צ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק און דערנאך כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכער האט מעריך געווען די עבודת הריקודין מיט א זעלטענעם התלהבות.דערנאך האט ער מיט ווארעמע חרוזים אויסגערופן דעם סטאניסלאווער רבי'ן שליט"א, און דערמאנט די פילע ישועות אויף וואס אידן זענען אנגעוויזן, ווען דערביי איז געווען קענטיג דעם געוואלדיגן התעוררות וואס איז געווען אויסגעגאסן אויף צורת קדשו פון רבי'ן שליט"א.
נאך די ווארעמע חרוזים האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, האפנדיג צו פועל'ן הויפנס מיט ישועות בזכות די געהויבענע שמחת בית צדיקים.
גלייך דערויף האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן עבודת קדשו ביי די ריקודין לפני הכלה, וואס האט זיך פארצויגן אריבער א האלבע שעה, ווען דער רבי טאנצט ארום בתו הכלה מיט אן אינערליכן ברען און דביקות מיטן ניגון אחד יחיד ומיוחד כמנהג נדבורנא.דער רבי שליט"א האט דערנאך ממשיך געווען צו טאנצן מיטן חתן און מיט די מחותנים, וואס האט יעדן געהויבן צו א העכערע אטמאספערע,
דאן האט מען אויפגערופן די אנדערע געהויבענע פעטערס און די מחותן אבי החתן, און אין די פריע פארטאגס שעות האט מען זיך צושפרייט פון די ליכטיגע נאכט וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן.

















































תגובות