top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נקדמה פניו: מעמד קבלת פנים לכבודו פון האד' מסאדיגורא אין נייעם סאדיגורא ביהמ"ד אין בארא פארק

לפני 3 שעות
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת ויצא • ט' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מיט געפילן פון התרגשות האבן חסידי סאדיגורא תושבי בארא פארק מקבל געווען פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א געהויבענעם באזוך אין שטאט אין ראם פון זיין לענגערע ביקור הקודש אין אמעריקע און קאנאדע. דער באזוך האט געטראגן א באזונדערן חשיבות און התרגשות, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי שליט"א באשיינט אין דעם נייעם בית המדרש דחסידי סאדיגורא אין בארא פארק, וואס איז נישט לאנג צוריק נתייסד געווארן לשם ולתהילה.


זונטאג נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק, צום אכסניא אין שטוב פון הנגיד הנכבד הר"ר יהושע אליעזר ברוקער הי"ו.


אין די אוונט שעה'ן, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף תפילת מעריב אינעם נייעם ביהמ"ד, נאך מעריב איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים, וואו דער גאנצע ציבור האט מקבל געווען את פני הקודש בשירה וזמרה, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש, דערנאך זענען אלע חסידים אריבער שלום נעמען.



תגובות


bottom of page