צענטראלער שבע ברכות דורך קהל שערי ציון ד'באבוב לרגל השמחה במעונו פון האד' מבאבוב
דאנערשטאג פרשת ויצא • ט' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער
דעם מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען די צענטראלער שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק לרגל די שמחת החתונה פון הכלה תחי' אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, צוגעשטעלט דורך קהל שערי ציון ד'באבוב.
אנהייב פון די שמח האט מען מקבל געווען בברכה כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וואו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט דערביי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די לאנגיעריגע ידידות מיט'ן וויענער רב און שטארק מרחיב געווען בשבחו אלס כהן הגדול מאחיו ומגדולי הרבנים בדורינו.
שפעטער האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה במשנת אדמור"י בית באבוב און איבער די גרויסע זכיה וואס מען האט זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש ביים היינטיגן רב שליט"א, נאך די דרשה האט אים דער באבובער רב שליט"א מכבד געווען צו טאנצן מיט'ן חתן, דערנאך האט דער רב אליין געטאנצן מיטן וויענער רב און אים דאן ארויסבאגלייט לרחובה של עיר.
שפעטער האט אויפגעטרעטן דער מחותן הגה"צ רבי חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בדברי שבח והודאה להשי"ת און באזונדער באדאנקט אלע געטרייע עסקנים וועלכע האבן צוגעהאלפן להצלחת השמחה. נאכדעם האט דער פעטער הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס שליט"א אבד"ק ספינקא אויפגעטרעטן מיט א ווארימע דרשה און מרחיב געווען איבער דעם קשר מבית אבותיו לבית ספינקא מיט בית באבוב. אינצווישן די דרשות האט מען געזינגען די זמירות מלווה מלכה.
נאכ'ן בענטשן און שבע ברכות איז ערשינען כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכער איז צוגאסט אין ניו יארק, וועמען דער רב האט מכבד געווען מיט לחיים און צו טאנצן מיט'ן חתן, דערנאך האט מען ממשיך געווען די ריקודין של שמחה א לענגערע צייט לכבוד שמחת חתן.
































תגובות