top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע באגעגעניש צווישן גאב"ד מאקאווא מיטן מעיאר פון שטאט פאיע אפצוראטעווען ארטיגן בית החיים

לפני 3 שעות
זמן קריאה 3 דקות

מיטוואך פרשת ויצא • ח' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

א ספעציעלע אויפנאמע איז דעם זונטאג פארגעקומען דורך די שטאטראט אין שטאט פאיע אין אונגארין, לכבודו פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א און די פמליה נכבדה פון ראשי הקהילה און תומכים וידידים לבית מאקאווא, וועלכע האלטן זיך אויף די טעג אויף א געהויבענע נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אונגארין לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן מנוחת אשר מטשענגער זי"ע, דער באזוך איז געקומען נאכן ערהאלטן אן אפיציעלע איינלאדענונג פון די ארטיגע רעגירונג.


דער שטאט פאיע איז פארן קריג געווען אן עיר גדולה לאלוקים, א תורה פעסטונג און לייכט טורעם, וואו עס האט מיט ארום הונדערט פופציג יאר צוריק געדינט אלס רב און שוחט ובודק הגה"צ רבי שלמה ראזנפעלד זצ"ל, א תלמיד מובהק פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע, וועלכער איז געווען דער פאטער פון הגה"צ רבי אפרים ראזנפעלד זצ"ל אב"ד סענדרא, דער שווער פונעם פריערדיגן מאקאווא רב בעל עטרת משה זצוק"ל. 


בימים ההם האט די שטאט געווילבערט אלס א מקום תורה ותפילה מיט א גרויסן בית המדרש, א ישיבה, און א בית החיים, נאך די ביטערע צווייטע וועלט קריג איס אלעס געווארן חרוב ונחרב, און די שטחים זענען געבליבן ליידיג, אויך דער בית החיים איז ליידער געווארן שטארק נאכגעלאזט און באוואקסן מיט ביימער און גראז אין א בחינה פון שועלים הלכו בו, ביז מען האט נישט געקענט אידענטיפיצירן די מצבות פון די רבנים און תושבי העיר וואס ליגן דארט באערדיגט.


 אין די לעצטע תקופה האבן זיך א צאל אייניקלעך פונעם גאון וצדיק רבי שלמה ראזנפעלד זצ"ל אריינגעווארפן ראשם ורובם אין פארצווייגטע פעולות הקודש צוריקצושטעלן דעם בית החיים, און מיט גרויס סייעתא דשמיא באוויזן צו אנטדעקן מקום מנוחתו, וואס איז געווען אזויפיל יארן טמיר ונעלם.


נאך די אויסטערלישע הצלחה האבן זיי ווייטער געקלאפט אין די הויכע פענסטער להחזיר עטרה ליושנה און צוריק אויפבליען די הייליגע מקומות פון אידישקייט וואס האבן געשיינט אין שטאט בימים ההם, און ביים פארהאנדלען מיט די שטאטראט האט דער מעיאר איינגעלאדנט דעם מאקאווא רב שליט"א, פון די חשובע אייניקלעך פונעם רב און שוחט ובודק דמתא, אויף אן ערשטמאליגן באזוך אין פאיע.


איידער די אויפנאמע, האט דער רב שליט"א מתפלל געווען אויפן בית החיים העתיק, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס ער איז פוקד ביים ציון פונעם זיידן, נאך וואס אלע יארן ביז אהער פלעגט מען בלויז מתפלל זיין אינדרויסן פונעם בית החיים נישט וויסנדיג וואו די גענויע מקום הציון געפונט זיך. מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט דער רב שליט"א פארגעזאגט מזמורי תהילים און קדיש, און דאן מתפלל געווען א תפילה חרישית לישועת הכלל והפרט.


ביים אויפנאמע, וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין א גרויסן געצעלט וואס איז ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן דורך די שטאטראט אויפן זעלבן שטח וואו עס איז געשטאנען די גרויסע בית הכנסת אין שטאט פאיע בימים כתיקונם, זענען געווען אנוועזנד א צאל הויכראנגיגע פאליטישע פירער אין שפיץ פונעם הויכגעשעצטן מעיאר פון שטאט, וועלכער האט אויפגענומען דעם רב שליט"א און די פמליא מיט גרויס כבוד און עהרע. 


דער מעיאר האט מקדם געווען בברכה די חשובע געסט, און דאן האט מען געהערט א הארציגע דרשה אויף די אונגארישע שפראך פון הרה"ח רבי יהושע ווידער ה"ו, מחשובי תלמידי מאקאווא אין ניו יארק, וועלכער האט מיט גרויס רגש ארויסגעברענגט די גלאנצפולע היסטאריע פון אידישקייט פארן ביטערן קריג אין שטאט, וואו עס האבן געוואוינט רבנים מפורסמים און טויזנטער טויזנטער אידן, און איבערגעגעבן די שליחות בשם דעם מאקאווא רב שליט"א וואס זיינע אבות הקדושים שטאמען פון די שטאט, צו קענען פארזיכערן אז דער בית החיים און די הייליגע ערטער פון אונזערע עלטערן און זיידעס דא אין שטאט זאלן בלייבן אפגעהיטן כראוי וכיאות.


דער מעיאר איז שטארק איבערגענומען און בארירט געווארן פון די ווערטער, און האט דערביי פארשפראכן צו טון כל מה שביכלתו צו ראטעווען דעם בית החיים, און בפרט האט ער מיט גרויס איבעראשונג געמאלדן אז ער גיט איבער פארן מאקאווא רב שליט"א די פולע בעלות פונעם דאזיגן שטח וואו עס איז אמאל געשטאנען די גרויסע בית הכנסת, בנוסף צום דערנעבנדיגן שטח וואו עס איז געשטאנען די ישיבה. דער מעיאר האט צוגעזאגט צו שטיין צו די רעכטע האנט און צוהעלפן מיט אלע נויטיגע פערמיטן און די פאנדן, עס זאל קענען ווייטער דינען אלס א הכנסת אורחים פאר די עוברים ושבים און א מקום תורה, ותפילה כמקדמת דנא, ווי אין די פריערדיגע יארן ביז צום צווייטן וועלט מלחמה, כי המקום אדמת קודש הוא.


צום שלוס פונעם מעמד איז דער מעיאר צוגעקומען צום רב שליט"א און ערהאלטן ווארעמע ברכת הקודש וואס מען האט איבערגעזעצט אויף אונגאריש, און דערנאך האט זיך דער רב שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן אויף די ניגונים "והביאנו לציון עירך" און "בנה ביתך" מיט גרויס התרגשות און שמחה נאכן היסטארישן דערגרייכונג ווען מען האט זוכה געווען אויסצולייזן די הייליגע ערטער מידי זרים.

תגובות


bottom of page