הערליכע שבת של שמחה פאראיבער אין לעלובער הויף לרגל שבת שבע ברכות פון נכדת האד' מלעלוב
דאנערשטאג פרשת ויצא • ט' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פילע חסידים ואנשי מעשה תושבי בארא פארק האבן דעם שבת מיטגעלעבט דעם געהויבענעם שבת של שמחה במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, וועלכער האט געפראוועט דעם גאנצן סידורו של שבת אינעם בנין התלמוד תורה וויזניץ אין בארא פארק, לרגל די שבת שבע ברכות פון אן אייניקל. צענדליגע געסט פון אלע שטעט און פון אויסלאנד זענען געקומען צו פארן צו די שמחה, און עס איז געווען צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר אלע אורחים מקרוב ומרחוק.
עטליכע מינוט פארן זמן איז דער רבי אנגעקומען צום בנין התלמוד תורה, און צוגעגאנגען לחדרו הפרטי אינעם זאל, וואו ער האט געצינדן די נרות שבת. הארט פארן זמן רבינו תם איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, און אנגעהויבן הודו מיט א גרויסן התלהבות כדרכו. נאך א קורצע הפסקה נאך מנחה האט דער רבי צוגעשיקט צו קבלת שבת זיין איידעם, דער בעל שמחה הרה"צ רבי אליעזר וויליגער שליט"א, וואו דער רבי האט אויסגעלאזט אלע שטיקלעך בקול רם כדרכו בקודש. נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן א גוט שבת פארן גאנצן ציבור בכללות.
די סעודת שבת איז אפגעראכטן געווארן אין שפיץ פון די זיידעס, הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, הגה"צ אב"ד שאמקוט שליט"א, הרה"צ ר' לייבל וויליגער שליט"א, און דער פעטער הגה"צ ר' שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב לאנדאן.
ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם גרויסן בית המדרש ווילחאוויץ, וועלכער איז שוין געווען פול געפאקט עד אפס מקום מיט טויזנטער אידן, און אויסגעשטאט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן שלום עליכם בנעימות דקדושה, און דערנאך ממשיך געווען מיט די איבריגע זמירות. דער רבי האט דאן קידוש געמאכט קול רעש גדול מיט א דביקות עלאה וואס האט אפגעהילכט אינעם גאנצן בית המדרש, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, און פארטיילט שיריים פאר עטליכע כהנים כדרכו בקודש.צווישן אנדערע האט דער רבי מכבד געווען מיט שיריים דעם העסקן הדגול לכל קדשי בית לעלוב, ר' יהושע זיידענפעלד, מנכ"ל מוסדות לעלוב. דער רבי האט דערנאך מכבד געווען דעם זיידן, הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, צו טאנצן מצוה טאנץ כמנהג אבותיו, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די מצוה טאנץ פונעם זיידן, דער לעלובער רבי שליט"א, וועלכער האט א לענגערע וויילע געטאנצן מיט גרויס התלהבות. דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, און ווייטער ממשיך געווען די סעודה.
נאכדעם האט מען ממשיך געווען דעם טיש, דער רבי האט געזאגט אתקינו סעודתא, און מען האט אויפגעגעבן הערינג כנהוג אין לעלוב, און דערנאך די פיש. דער רבי האט געטרונקען לחיים, און געוואונטשן ברכות לרוב, און מיט בענטשן מכבד געווען זיין איידעם, דער מחותן הרה"צ רבי אליעזר וויליגער שליט"א. די שבע ברכות איז צעטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה און אנשים חשובים ביים טיש, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער פעטער, הרה"צ ר' נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, וואס איז געקומען צו פארן פון ארץ ישראל צו די שמחה.
נאכן בענטשן האט דער רבי אנגעהויבן די זמירות און קול מקדש. ספעציעל האט זיך דער רבי שטארק צופלאמט ביי די ווערטער שמחם בבנין שלם, ווען דער רבי האט איבערגעזאגט צענדליגער מאל נאכאנאנד מיט גרויס געגועים און כיסופים צו די גאולה שלימה.
שבת אינדערפרי, ארום 9:15, איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען און פארגעזאגט די ברכות בקול רעש גדול. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען דעם רבי'נס שוואגער, הגה"צ ר' שלום סופר שליט"א, ראש הכולל לעלוב בני ברק, און צו שוכן עד איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד מיט א געוואלדיגן התלהבות.
מיט די עליות האט דער רבי מכבד געווען די קרובי המשפחה און אנשים חשובים, און אליינס געגאנגען פתיחת הארון מיט א געוואלדיגן התעוררות ודביקות וואס האט געדויערט א לענגערע וויילע. צו מוסף איז צוגעגאנגען דער מחותן הרה"צ ר' אליעזר וויליגער שליט"א.
נאכן דאווענען האט מען קידוש געמאכט און דער רבי האט יוצא געווען. דאן האט דער רבי געטרונקען א כוס וויין און פארטיילט מזונות פאר די קינדער, אויסהערנדיג זייערע ברכות כנהוג אין לעלוב. דער רבי האט דערנאך פארטיילט שיריים פאר די חסידים און צוריקגעגאנגען לחדרו הפרטי בעת דער ציבור האט זיך געוואשן צו די סעודה.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש בצוותא חדא, אינאיינעם מיט די משפחה, חסידים און געסט. אינמיטן די סעודה האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגן טאנץ מיט'ן חתן און די מחותנים.
עטליכע שעה דערויף איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, און באלד דערויף זיך געוואשן צו שלש סעודות, וואו דער רבי האט ממשיך געווען די זמירות כדרכו. במשך די סעודה האט דער רבי מעודד געווען די ריקודים מיט גרויס ברען, און דערנאך געבענטשט ברכת המזון על הכוס.
דער רבי איז דערנאך צוגעגאנגען צו מעריב און געמאכט הבדלה ברוב עם. נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין לעלובער בית המדרש, וואו מען האט אויפגעגעבן פירות ומזונות, און דער רבי האט משמיע געווען שיחות קודש מעניני הפרשה א לענגערע וויילע. דאן האט דער רבי געצינדן די נרות לעילוי נשמת הצדיקים, און ארום פיר אזייגער פארטאגס זיך צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש נאך דעם געהויבענעם שבת מלא התעוררות ודביקות במחיצת קדשו.
























תגובות