א-ל נא רפא נא: זקן האדמור"ים האד' מסטריזוב אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע לונגען אנטצינדונג
מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

קרעדיט: JDN
לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פונעם זקן האדמור"ים כ"ק האדמו"ר מסטריזוב שליט''א וועלכער איז נעכטן אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.
דער רבי שליט''א וועלכער איז שוין קרוב צו די מאה בליעה"ר האט די לעצטע טעג זיך געמוטשעט מיט יסורים און בנוסף האט דער רבי געליטן פון קאמפליקאציעס מיטן אטעם, די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז דער רבי שליט"א ליידט פון א לונגען אנטצינדונג און האבן געראטן אריינצונעמען דעם רבי'ן צו די מאונט סיני שפיטאל אויף באהאנדלונגען.
זייענדיג אין שפיטאל האט דער רבי שליט"א נישט געקענט זיף משתתף זיין ביים נעכטיגן שמחת החתונה פון אן אור אייניקל, וואס איז פארגעקומען אין די ראחמיסטריווקא הויף אין בארא פארק.
אידישע קינדער זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון מרן צבי בן מלכה בתוך שאר חולי ישראל, דער רבי זאל זיך קענען ערהוילן בסייעתא דשמיא, און קומען צו די כוחות, משפיע צו זיין פונדערנאנט אויף חסידיו, מעריציו וכל הנלוים אליו. והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים






תגובות