top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עוסקים בתורה: חסידי ויזניץ ביי סדר לימוד רבתי אויפצופרישן שיעורי תורה ברבים כתקנת הרה"ק הישועות משה מוויזניץ זצ"ל

לפני 59 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער

הונדערטער חסידי וויזניץ פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך דעם זונטאג אויפדערנאכט ראש חודש חשון פארזאמלט אויף א סדר לימוד רבתי אין היכל ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ אין בני ברק, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, דינענדיג אלס פולשטענדיגער חיזוק צו די שיעורי תורה ברבים וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט פופציג יאר צוריק, בשנת תשל"ז, דורך הרה"ק בעל "ישועות משה" מוויזניץ זי"ע, מיטן ציל אז אלע חסידים אן אויסנאם זאלן קובע זיין עיתים לתורה אינאיינעם א שעה צייט יעדן אוונט אין אלע וויזניצר שטיבלעך, עוסק צו זיין בתורת השם באהבת רעים.


אפצייכנענדיג א יובל יארן פון די תקנה האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ביים נעילת החג דעם מוצאי שמחת תורה מעורר געווען מיט פייערדיגע דיבורים מחזק צו זיין אט דעם חשובן ענין. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז אין די היינטיגע צייטן קומט אסאך שווערער די תקנה, צוליב וואס בימינו ענדיגט זיך דער טאג אסאך שפעטער ווי אמאל, און מען דארף זעהן צו מחזק זיין די תקנה און קובע זיין דעם סדר יעדן אוונט צווישן אכט און ניין אין אלע שטיבלעך בכל מקומות מושבותיהם.


כדי צו מחזק זיין די תקנה, האט דער רבי שליט"א מתקן געווען אז איין מאל אין צוויי חדשים וועט אפגעהאלטן ווערן א גרויסער סדר לימוד אינעם היכל הביהמ"ד הגדול אין בני ברק, וואו די חסידים אברכים און בעלי בתים וועלן קומען צופארן מכל ערי מושבותיהם און זיך צוזאמקומען בשבת אחים גם יחד צו עוסק זיין בתורה ברציפות במשך צוויי שעה, ווען דער רבי שליט"א וועט זעלבסט מיטהאלטן דעם סדר און פארלערנען א שיעור במוסר והשקפה.


נעכטן זונטיג נאכט ראש חודש האט זיך אפגעשפילט א יומא טבא, ווען צענדליגער הונדערטער חסידים האבן זיך פארזאמלט בחצר הקודש עוסק זיין בלימוד התורה, דער גאנצער היכל הביהמ"ד איז געווען פול געפאקט מקצה אל קצה אן קיין איבריג פלאץ, אריינגערעכנט די פאלישן, ווען הונדערטער חברותות זענען געזעצן איבערגעבויגן איבער די ספרים און מיט א ריתחא דאורייתא געקאכט אין די לימודים.


נאך תפלת מעריב, בשעה 9:00, האט זיך אנגעהויבן דער סדר הלימוד. אן עלעקטריזירנדע שטימונג האט באהערשט דעם היכל ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז ערשינען און זיך אוועקגעזעצט אויפן בימה, און זיך אראפגעזעצט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה אינאיינעם מיטן ציבור, און א היליכיגער קול תורה האט אפגעדונערט אינעם גאנצן היכל בקול רעש גדול.


בשעת דעם סדר הלימוד איז דער רבי שליט"א ארומגעגאנגען אינעם היכל צווישן די טישן צוקוקנדיג וואס מען לערנט, און זיך מתפלפל געווען מיט טייל פון די לומדים, בריתחא דאורייתא, און דער רבי שליט"א האט ארויסגעוויזן א קענטיגע הנאה און קורת רוח.


ביים לעצטן טייל פונעם סדר האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט דעם שיעור אינעם ספר "מסילת ישרים", ארויסנעמענדיג נקודות למעשה זיך מחזק זיין בעבודת השם יתברך. דער רבי שליט"א האט באזונדער מעורר געווען מיט פייערדיגע ווערטער אז אט דער פארזאמלונג איז נישט קיין איינמאליגע געשעעניש, נאר א חיזוק און א שטופ פאר דעם טאג-טעגליכן סדר שיעורי תורה ברבים, אז דער קביעות יעדן אוונט אין אלע שטיבלעך זאל זיין אויף א פיל שטערקערן פארנעם מיט א באנייטער פלייס און התחדשות, קובע צו זיין די שיעורי תורה ברבים חק ולא יעבור, להגדיל תורה ולהאדירה.



תגובות


bottom of page