top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבערראשנדע מעלדונג פאר חסידי באבוב איבער די עפענונג פון נייע כולל ומתיבתא 'פרי עץ חיים' פאר בוגרי ישיבות באבוב

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' נח • ג' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי באבוב נעמען אויף מיט פרייד די איבערראשנדע מעלדונג, אז צום יעצטיגן ווינטער זמן וועט זיך עפענען אין ירושלים א נייע כולל און מתיבתא גבוה געאייגנט פאר די מער עלטערע בחורים, די בוגרי ישיבה גדולה וואס וועלן זיך דארט משלים זיין בתורה ובהוראה נאכן פארענדיגן די שנות הלימודים אין ישיבה גדולה.


דער נייע כולל ומתיבתא מיטן נאמען "פרי עץ חיים" וועט דינען אלס פאסיגע אכסניא של תורה פאר אלע בחורי הישיבה וואס שליסן די ישיבה גדולה יארן, סיי די תלמידי המתיבתא עץ חיים אין בארא פארק און סיי די יוצאי ישיבה גדולה עץ חיים דבאבוב אין בני ברק, וועלכע זוכן ווייטער א פאסיגע מקום תורה וואו צו קענען עוסק זיין בתורה און פארברענגען אין א ווארעמע חסידישע אטמאספערע, ביז זיי וועלן בעז"ה זוכה זיין אויפצושטעלן א אייגענע שטוב.


די נייע כולל וועט זיין סטאנציאנירט אין די באבובער ביהמ"ד אויף רחוב זית רענן אין די עזרת תורה געגענט אין ירושלים, צוגעשטעלט מיט דירות פאר די בחורים, און אלע צוגעהערן, באגלייט דורך א חשובע שטאב פון חשובע מרביצי תורה און משפיעים.


אין די פארגאנגענע וואך איז געעפענט געווארן די רעגיסטראציע, אין וועלכן עס האבן זיך איינגעשריבן א שיינער מספר בחורים פון אמעריקא און פון ארץ ישראל. כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז געווען בעובי הקורה אוועקצושטעלן די מסגרת פון דעם כולל ומתיבתא על כל פרטי' ודקדוקי', און איז אין כסדר'דיגע פארבינדונג קיין ארץ ישראל צו באגלייטן די גרינדונג פון דעם חשובן מקום תורה. באזונדער האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א שמועס פאר די בחורים פון ארץ ישראל וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין די נייע וכלל ומתיבתא פרי עץ חיים.



תגובות


bottom of page