בקשו רחמים: האד' מביאלא אוסטרובא שפיטאליזירט אין מאנהעטן אין ערנסטע געזונט צושטאנד
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס זארג ווערט אויפגענומען די בשורה לא טובה אז כ"ק האדמו"ר מביאלא אוסטרובא שליט"א, וועלכער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע, איז שפיטאליזירט אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד, און איז אנגעוואנדן אין רחמי שמים מרובים. דער רבי שליט"א וועלכער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק זצ"ל בעל להבת דוד, האט ליידער אינעם עבר אסאך מיטגעמאכט, נאכן פארלירן זיין אשת נעורים און צוויי פון זיינע קינדער וועלכע זענען פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן. דעם ווינטער נאך דעם שווערן אומגליק ווען דער רבי שליט"א האט פארלוירן זיין חשובער זון, הרב משה מרדכי רבינוביץ ז"ל, איז דער רבי שליט"א געפארן קיין לאס אנדזשעלעס זיך אפצורוען. פון דארט איז ער ווייטער געפארן קיין ניו יארק, וואו ער האט אין לויף פון די לעצטע תקופה ליידער געליטן פון פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס, אריינגערעכנט א סטראוק, צוליב וועלכן ער האט געדארפט אריינפארן אין שפיטאל אין מאנהעטן פאר באהאנדלונגען. יעצט, ווען דער מצב איז געווארן שווערער האט מען ארויפגעלייגט דעם רבי'ן אויף א רעספערעיטאר צוליב שוועריגקייטן מיטן אטעם, און מען האפט אויף גוטע בשורות. דעם רבינס ברודער כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א האט זיך נעכטן ארויסגעלאזט אין איילעניש קיין אמעריקא צו מבקר חולה זיין ביים ברודער דער רבי שליט"א. כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים מרובים, אז דער רבי שליט"א, מרן אברהם ירחמיאל בן שרה רבקה, זאל זוכה זיין צו א גאנצע און שנעלע רפואה, און קומען צו די פילע כוחות, והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.






תגובות