ותהי שמחה גדולה בירושלים: ראש ישיבת בריסק צוריק ערשינען אין ישיבה נאך שווערע דורכגאנג אין געזונט
- לפני 15 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוחנן לוסטיג
אן עלעקטראנישער שטראם פון התרגשות האט היינט ארומגענומען די תלמידים אין די בריסקער ישיבה אין ירושלים מיטן ערשיינונג פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק, וועלכער איז אין די פארגאנגענע חדשים געווען מוטל על ערש דווי און האט זיך געפונען אין א שווערער געזונט צושטאנד, און איז היינט ערשינען אין ישיבה, וואו ער האט איבערגעגעבן די פתיחה שיעור פאר די תלמידים.
אין די לעצטע טעג האט זיך אין ישיבה פארשפרייט די שמועה טובה אז דער ראש הישיבה שליט"א גרייט זיך צוריקצוקומען און אנהייבן איבערגעבן די שיעורים כסדרן. ביז יעצט איז אבער נישט געווען קיין קלארער אנדייט איבער דעם גענויען זמן ווען דער ראש הישיבה שליט"א וועט צוריקקומען אין ישיבה, און אין ישיבה האט מען געשאצט אז די שיעורים וועלן זיך ערשט אנהייבן שפעטער אין די וואך.
צום גרויס איבערראשונג פון די תלמידים איז אבער דער ראש הישיבה שליט"א שוין היינט, מאנטאג, אנגעקומען אין ישיבה, וואו ער האט איבערגעגעבן דעם שיעור אין די פרישע סוגיא וואס מען אנגעהויבן דעם זמן.
דורכאויס דעם זומער האט די הנהלת הישיבה איינגערישט א נייע דירה נאה הארט נעבן דעם בנין הישיבה, וואס וועט אין די קומענדיגע תקופה דינען אלס דער וואוינונג פונעם ראש הישיבה, ביז ער וועט גענצליך קומען צו די כוחות בס"ד.
די צוריקקער פונעם ראש הישיבה שליט"א האט ארויסגערופן א געוואלדיגן התרגשות צווישן די תלמידים, וועלכע האבן לאנגע חדשים מתפלל געווען און ארויסגעקוקט צו זען דעם ראש הישיבה צוריק בין כותלי הישיבה און זוכה זיין נאכאמאל צו הערן די לומדישע שיעורים און ווייטער נהנה זיין מאור תורתו.






























תגובות