top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעצטע אנטוויקלונגען פון הדסה שפיטאל אנבאלאנגט מצב הבריאות ביי האדמור"ים מבעלזא און וויזניץ

  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

עיני כל בית ישראל נשואות צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים וואו די גדולי האדמו״רים, כ״ק אדמו״ר מבעלזא שליט״א און מרן אדמו״ר מוויזניץ שליט״א, זענען שפיטאליזירט די לעצטע טעג מיט כסדר'דיגע עליות און ירידות אין זייער מצב הבריאות.


היינט דורכאויס דעם טאג איז מרן אדמו״ר מוויזניץ שליט״א ווידער אריינגעפארן אין שפיטאל, נאכדעם וואס דער רבי שליט״א איז אומגעפאלן במעון קדשו אין מושב אורה. נאכ׳ן אונטערזוכן דעם רבי׳ן האבן די דאקטוירים באשטימט אז עס וועט לכאורה זיין נויטיג אריינצושטעלן א פעיסמעיקער. צוליב די ערנסטע נאכווייען וואס אזא פראצעדור קען ברענגען, און די שוואכקייט וואס דאס איז גורם, וועט מען דאס ווארשיינליך אפשטופן ביז נאך די הייליגע טעג.


ווידער אין חצר הקודש בעלזא האט מען געהאפט אז דער רב שליט״א וועט שוין היינט קענען אהיימקומען פון שפיטאל, אבער ליידער איז דאס דערווייל נישט געווען שייך. דאס קומט נאך וואס די אינפעקציע וואס האט זיך אנגעהויבן ארום דעם מאגן האט זיך ליידער צעשפרייט, און מען האט היינט פארמיטאג דורכגעפירט אן ערנסטע פראצעדור צו עלימינירן די אינפעקציע מיטן האפענונג אז דער רב שליט״א וועט שוין מארגן קענען באפרייט ווערן פון שפיטאל לביתו נאוה קודש, און זיך דארט ווייטער ערהוילן ביז צום יום טוב ראש השנה.


כלל ישראל איז מתפלל לרפואתם השלימה והמהירה פון די צוויי רועי ישראל, און מ׳קוקט ארויס צו קענען זיך ווייטער מסתופף זיין בצילא דמהימנותא אין די געהויבענער ימים טובים וואס שטיין שוין ביים שוועל. והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.


תגובות


bottom of page