top of page
ווידיאו • האד' מוויזניץ ביים סעודת חול המועד מיט די נגידי החסידות תומכי "קמחא דפסחא"
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


חסידי וויזניץ איבערראשט איבער געפלאנטע הכנסת ספר תורה וואס האד' מוויזניץ האט געלאזט שרייבן לזכותו ולרפואתו
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי אלפי חסידי וויזניץ אומעטום איבער א היסטארישע חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן פאריאר לזכותו ולרפואתו השלימה. לויט ווי ס'ווערט באקאנט האט דער רבי שליט"א פאריאר זיך אריינגעלאזט אין דעם אונטערנעמונג בקיום מצות כתיבת ספר תורה זייענדיג אין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה, ו


האד' מוויזניץ טרעט ארויס קעגן "חמץ צוכאפעניש" מוצאי יום טוב פסח | רעקארדירונג
זונטאג ב' דחול המועד פסח • י"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט ביים מיטאג טיש לכבוד המועד האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אויסגענוצט די געלעגענהייט שטייענדיג אינעם יום טוב פסח, און מעורר געווען מיט ווייטאג איבער די ערשיינונג וואס מ'זעהט אין די לעצטערע יארן ווען מאנכע לויפן מוצאי יום טוב ביים זמן צו קויפן חמץ אין די בעקערייען וכדומה. ביי די דברות קודש האט דער רבי געווייטאגט איבער דער אופן וואס אידן שטיין און ווארטן אויפן מינוט פון זמן צאת הככובים, צו קענען לויפן און זיך איינהאנ


ערהאבענע מעמד אפיית מצות פאר יחידי סגולה תומכי קמחא דפסחא בחצר הקודש וויזניץ
זונטאג ב' דחול המועד פסח • י"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך דעם ערב יום טוב איז בחצר הקודש וויזניץ פארגעקומען אן ערהאבענע מעמד אפיית מצות מצוה נאך חצות היום. צוליב דעם רבי'נס מצב הבריאות איז די מעמד געווען אויסשליסלעך פאר די נדיבים בעם תומכי "קמחא דפסחא" פונעם רבי'נס שטוב וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די מעמד בצל הקודש. אנדערש ווי אלע יארן וואס די מעמד פלעגט פארקומען אינעם היכל הטישן אין קרית מלך רב איז די מעמד היי יאר אפגעראכטן געווארן אינעם סע


ווידיאו • האד' מוויזניץ ביי אפיית מצות מיט נגידים תומכי "קמחא דפסחא"
זונטאג מוצאי יו"ט פסח • י"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מוויזניץ ארויסגעפארן קיין שווייץ אויף אפרוה נאך סוקסעספולע מעדיצינישע פראצעדור אין דייטשלאנד
פרייטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש וויזניצער חסידים זענען דערפריידט צו הערן די גוטע בשורה אז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל אין מינכען דייטשלאנד וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן איבער די וואך, און געפונט זיך אצינד אונטערוועגנס קיין שווייץ וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע טעג זיך אנצושעפן פון פרישע כוחות נאך די מעדיצינישע באהאנדלונגען צו היילן דעם רבי'ן פון די ביטערע מחלה ה"י, וואס איז מיטן אויבערשטנס הילף אריבער מיט גרויס הצלח


ווידיאו • הילולא קדישא פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל בחצר הקודש וויזניץ
מיטוואך פ' ויקרא • כ''ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


אפדעיט: מעדיצינישע פראצעדור ביי האד' מוויזניץ אין דייטשלאנד דורך מיט הצלחה
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש פון דייטשלאנד הערט מען ב"ה בשורות טובות, אז די מעדיצינישע פראצעדור ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה איז ב"ה אריבער מיט הצלחה, און די דאקטוירים זענען העכסט צופרידן פון די אנטוויקלונגען. די פראצעדור האט זיך פארצויגן פאר עטליכע לאנגע שעה'ן מיטן האפענונג צו קענען פארבעסערן דעם רבינס מצב, אין די צייט וואס חסידי וויזניץ בכל מקום שהם האבן איינגעריסן לרפואתו השלימה, במיוחד ביים מעמד תפילת רבים אינעם אהל הק' פון אדמור"י בית ו


האד' מוויזניץ ארויסגעלאזט קיין דייטשלאנד לצרכי רפואה; ראדיאציע באהאנדלונג באשטימט אויף מארגן דינסטאג
מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל חסידי וויזניץ איבער די גארער וועלט זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, זיך גרייטנדיג אויף די מארגנדיגע טאג, דינסטאג ויקרא ווען דער מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט דורכגיין די מעדיצינישע פראצעדור אין מינכען דייטשלאנד. נעכטן זונטאג אינדערפרי האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט לדרכו צלחה קיין דייטשלאנד וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז דעם ענדע וואך אין איינע פון דייטשלאנד'ס מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער אין דער


ווידיאו • יום טוב פורים בחצר הקודש וויזניץ
דאנערשטאג פ' ויקהל פקודי • כ''ג אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


זכרו תורת משה: הילולא קדישא פון רה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל בחצה"ק וויזניץ | ברייטע דעקונג
דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט התרוממות הנפש האבן טויזנטער חסידי וויזניץ אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פונעם רועה נאמן הרה"ק בעל ישועות משה מווויזניץ זי"ע, בצל הקודש פון בנו הגדול וממלא מקומו מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א לרפואה שלימה. דורכאויס די טעג ארום די יארצייט האבן זיך די חסידים און תלמידי הישיבות צוזאמגענומען אויף סעודות הילולא אינאיינעם מיט די חשובי וזקני העדה וועלכע האבן מעלה געווען זכרונות הוד מימי קדם פונעם בעל ה


ווידיאו • פורים ביים משתה היין בחצר הקודש וויזניץ
זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


נִזְכָּרִים וְנַעֲשִׂים • זעלטן געהויבענע ימי הפורים פאראיבער בצל מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א
מיטוואך פ' כי תשא • שושן פורים תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר שווער צו שילדערן די אויסטערלישע שמחה וואס האט געהערשט היי יאר פורים בחצר הקודש וויזניץ. מיט א גאנץ קיילעכיג יאר פארלאפן זינט יענעם פורים תשפ"ה, ווען די חסידים האבן מרבה געווען תפילה פארן רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט זיך דאן געפונען אינעם ווייטן לאס אנדזשעלעס נאך א שווערע אפעראציע, האט מען היי יאר ב"ה זוכה געווען צו הערן קולו בקודש בשאגת ארי ביי קריאת המגילה — סיי ביינאכט און סיי אי


ווידיאו • סעודת הודאה אינאיינעם מיט מסיבה לטובת קמחא דפסחא דק"ק וויזניץ אין אלעד בצל האד' מוויזניץ
פרייטאג פ' תצוה • י' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


ספעציעלע זמני כניסה בחצה"ק וויזניץ פאר שנה ראשונה אינגעלייט נאך די חתונה
מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN בחצר הקודש וויזניץ איז פארלאפענעם דאנערשטאג פארגעקומען ספעציעלע זמני קבלת קהל פאר די אינגעלייט וואס האלטן אין שנה ראשונה נאך די חתונה, און זענען נאכנישט אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן מיט א קוויטל נאך די חתונה. ווי דער מנהג מקדמת דנא אין וויזניץ גייען די פריש חתונה געהאטע חתנים אריין מיט א קוויטל צום רבי'ן אינאיינעם מיט די בני בית, להיזכר לטובה און מקבל זיין דעם ברכת הקודש ווען מען איז זוכה אויפצושטעלן א נייע אי


נאסטאלגיע • היסטארישע באזוך פון הרה"ק הישועות משה מוויזניץ זי"ע בבית בנו האד' מוויזניץ נאכן עקסידענט אדר תש"ס
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש


האד' מוויזניץ רעכט אפ רירנדע סעודת הודאה אפצייכנענדיג 26 יאר פון שווערע עקסידענט מיט תומכי קמחא דפסחא וויזניץ אלעד
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן אויפדערנאכט ליל ז' אדר האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אפגעראכטן א באשיידענע און רירנדע סעודת הודאה אפצייכענענדיג זעקס און צוואנציג יאר זינט ווען דער רבי איז געראטעוועט געווארן ממוות לחיים פון א שוידערליכע קאר עקסידענט בשערי ירושלים. די סעודת הודאה איז פארגעקומען אין מושב אורה ווי דער רבי וויילט די יעצטיגע תקופה לצרכי רפואה, ווי עס האבן מיסב געווען על שולחן מלכים א גרופע נגידים ותומכים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מי


כינוס לצדיקים במעון הקודש פון האד' מוויזניץ צום סיום החודשי פון ספר הזוהר הקדוש דורך מפעל "אתכנשו"
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין א באשיידענעם מעמד הוד איז אפגעראכטן געווארן דעם מאנטאג ליל א' דראש חודש אדר במעון הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה , וועלכע איז פארוואנדלט געווארן אלס א בית וועד לחכמים ווען צום ארט זענען אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א און כ"ק אדמו"ר מרחמסטריווקא שליט"א, צו א זעלטענעם כינוס לצדיקים לכבוד דעם סיום החודשי פונעם ספר הזוהר הקדוש דורך די פילע לומדים אין ראם פון די אלוועלטליכע חבורה "


הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד באזוכט אין שטאט מאנטריאל לחיזוק הקהילה
דינסטאג פ' תרומה • ל' שבט | בחצרות הקודש וויזניצער חסידים אין מאנטריאל קאנאדע האבן מיט גרויס התרגשות, מקבל געווען פני כבודו פון הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד בנו יקירו פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט צו מחזק זיין די די ארטיגע קהלה און גלייכצייטיג אויפטרייבן שטיצע ביים היימישן וויזניצער עולם לטובת די מוסדות אין שטאט אלעד המתנוסס לתפארה אונטער די השפעה פונעם רב שליט"א. די אכסניא איז געווען אין שטוב פון מקורבו הנ


ווידיאו • סיום הזוהר דורך מפעל אתכנשו במעונו פון האד' מוויזניץ אין מושב אורה בהשתתפות גדולי האדמורי"ם
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש


bottom of page

