top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ ארויסגעלאזט קיין דייטשלאנד לצרכי רפואה; ראדיאציע באהאנדלונג באשטימט אויף מארגן דינסטאג

  • לפני 6 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 5 ימים

מאנטאג פ' ויקרא • כ''ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש


כלל חסידי וויזניץ איבער די גארער וועלט זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, זיך גרייטנדיג אויף די מארגנדיגע טאג, דינסטאג ויקרא ווען דער מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט דורכגיין די מעדיצינישע פראצעדור אין מינכען דייטשלאנד.


נעכטן זונטאג אינדערפרי האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט לדרכו צלחה קיין דייטשלאנד וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז דעם ענדע וואך אין איינע פון דייטשלאנד'ס מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער אין דער שטאט מינכען.


נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן נעכטן דורכן טאג בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטימט דורכצופירן די ראדיאציע באהאנדלונגען, אלס טייל פון די פראצעדור צו עלעמינירן די שעדליכע געוויקס וואס פלאגט דעם רבי'ן ל"ע די לעצטע תקופה.


חסידי וויזניץ וועלן בשעת די פראצעדור ארום 10:00 פארמיטאג ארץ ישראל'דיגע צייט, מרבה צו זיין בתפלה ותחנונים פאר'ן רבי'נס געזונט, מרן ישראל בן לאה אסתר עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים. עס וועלן אפגעהאלטן ווערן מניני תהילים אין אלע וויזניצער מתי מדרשים און מוסדות התורה והחינוך און באזונדער וועט מען זיך צוזאמקומען אויף תפילות רבים אינעם אהל הק' פון אדמור"י בית וויזניץ, ביים כותל המערבי, אתרא קדישא מירון און נאך מקומות הקדושים.


נאכ'ן דורכגיין די פראצעדור אין שפיטאל, וועט דער רבי אין די נאכפאלגנדע ערהוילונג טעג פארבלייבן אין שפיטאל אונטער די אויפזיכט פון די פראפעסארן, און זיך דאן אומקערן אהיים קיין ארץ ישראל, אפצורעכטן דעם יום טוב פסח הבא לקראתינו לשלום, מיט פרישע כוחות.


דעם זונטאג אינעם איידער דער רבי האט זיך געהויבן קיין דייטשלאנד זענען צוגעקומען צום רבי'ן אינעם לופטפעלד די ראשי קמחא דפסחא דורכן רבינס שטוב און די ראשי קופת להחזיקם ולהחיותם. דער רבי שליט״א האט זיי איבערגעגעבן א ווארעמע מכתב קודש בכתב ידו לטובת די מגבית פארן קמחא דפסחא, און דערביי מפריש געווען א סכום הגון לצדקה איידערן זיך ארויסלאזן אין וועג.


אדאנק די השתלדות פונעם שולחי דרבנן הרב יעקב טעסלער הי"ו פון די מקורבים ביים רבי'ן איז דער רבי צוגעפארן מיטן קאר ביז צום פריוואטער פליגער וואס האט זיך קורציך דערויף געהויבן קיין דייטשלאנד, א נסיעה פון ארום פיר און א האלב שעה צו פליען פון ארץ ישראל.


מיטן רבי'ן אינאיינעם זענען מיטגעפארן די משמשים בקודש הרביעקב אדלער, הרב יהושע פאקשער, הרב יוסף שארף אין באגלייטונג פון העסקן ר' משה פריעד מראשי ארגון ביקור חולים RCCS אין ארץ ישראל.



תגובות


bottom of page