אפדעיט: מעדיצינישע פראצעדור ביי האד' מוויזניץ אין דייטשלאנד דורך מיט הצלחה
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פון דייטשלאנד הערט מען ב"ה בשורות טובות, אז די מעדיצינישע פראצעדור ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה איז ב"ה אריבער מיט הצלחה, און די דאקטוירים זענען העכסט צופרידן פון די אנטוויקלונגען.
די פראצעדור האט זיך פארצויגן פאר עטליכע לאנגע שעה'ן מיטן האפענונג צו קענען פארבעסערן דעם רבינס מצב, אין די צייט וואס חסידי וויזניץ בכל מקום שהם האבן איינגעריסן לרפואתו השלימה, במיוחד ביים מעמד תפילת רבים אינעם אהל הק' פון אדמור"י בית וויזניץ וואו הונדערטער חסידים האבן זיך איינגעזאמלט אין שפיץ פון דעם רבינס קינדער הרבנים לקרוע שערי שמים.
די דאקטוירים געבן האפענונג אז דער רבי זאל קענען נאך אהיימקומען אויף שבת אויב אלעס וועט גיין כשורה ווי געפלאנט בעז"ה. דער ציבור ווערט גערופן ווייטער צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה והמהירה פון מרן ישראל בן לאה אסתר בתוך שאר חולי ישראל.





תגובות