top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זכרו תורת משה: הילולא קדישא פון רה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל בחצה"ק וויזניץ | ברייטע דעקונג

  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' ויקהל פקודי • כ''א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מיט התרוממות הנפש האבן טויזנטער חסידי וויזניץ אפגעראכטן די יומא דהילולא קדישא פונעם רועה נאמן הרה"ק בעל ישועות משה מווויזניץ זי"ע, בצל הקודש פון בנו הגדול וממלא מקומו מרן אדמו"ר מווויזניץ שליט"א לרפואה שלימה.


דורכאויס די טעג ארום די יארצייט האבן זיך די חסידים און תלמידי הישיבות צוזאמגענומען אויף סעודות הילולא אינאיינעם מיט די חשובי וזקני העדה וועלכע האבן מעלה געווען זכרונות הוד מימי קדם פונעם בעל ההילולא בהילו נרו, זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער במשנתו הטהורה ובדרכו הסלולה.


במיוחד איז געפראוועט געווארן די יומא אריכתא בצילא דמהימנותא פונעם רבי'ן שליט"א אין קרית מלך רב שיכון וויזניץ. די יומא דהילולא האט זיך אנגעהויבן זונטאג אויפדערנאכט בליל ההילולא קדישא ווען דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם עולם בפתקי דרחמי מיט קוויטלעך אין בנין ביהמ"ד הגדול. אין די זעלבע צייט איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודת הילולא לכל הקהל הקודש כיד המלך, נדבת משפחת פעלדמאן לעילוי נשמתו פונעם נגיד ושוע ראש וראשון לכל קדשי בית וויזניץ הרה"ח רבי חיים משה פעלדמאן ז"ל, וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום כ' אדר.


שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וואס איז געווען מלא וגדוש מיט טויזנטער חסידים און די תלמידי הישיבות פון איבער גאנץ ארץ ישראל, דער רבי האט געצינדן די לעכט און געדאוונט מעריב פארן עמוד. דערויף האט דער רבי זיך געוואשן צום סעודת הילולא און מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד היום. אויפן צוויי שטאקיגן אויבן אן האבן באשיינט צענדליגע רבני הקהילות דחסידי וויזניץ, און פילע אדמורי"ם ורבנים חשובים צווישן זיי האדמורי"ם מווויזניץ בית שמש, מעליץ, סטראפקוב, אנטניא, פאשקאן, הגה"צ רבי משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים, די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים אבד"ק קרעטשניף.


במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני הילולא און ניגוני התעוררות וואס מען פלעג זינגען בצילו פונעם בעל ההילולא. נאכן וואנטשן לחיים האט דער רבי געמאכט דעם סיום הש"ס, און דערנאך געזאגט דעם קדיש. דאן האט דער רבי געוואנטשן לחיים און משמיע געווען קארצע דברות קודש איבער די התחדשות אין עבודת השם וואס מען האט שטענדיג געזען ביים טאטן, אין א בחינה פון בכל יום יהיו בעיניך כחדשים.


דערביי האט דער משמש בקודש הרה"ג ר' שאול גרינבערגער שליט"א אויפגעטרעטן  מיט א דרשה בשליחות הקודש, ארומנעמענדיג די דריי עמודי העולם, תורה, עבודה און גמילות חסדים במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, באגלייט מיט סיפורי הוד קדומים און עובדות קודש ארום די עניינים.


דער רבי האט מכבד געווען בנו הגדול הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א פארצוזינגען יזכור אהבתם, און דאן געבענטשט ברכת המזון על הכוס. נאכן טיש האט זיך דער רבי געזעגענט מיט אלע חשובע אדמורי"ם ורבנים.


צומארגנס ביומא דהילולא קדישא, כ' אדר, האט דער רבי געדאווענט שחרית לפני התיבה אין ביהמ"ד הגדול, וואו דער רבי האט פארגעדאוונט בקול חוצב מיט א שאגת ארי וואס האט אפגעהילכט אינעם גאנצן היכל. נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד "תורתו אמת" פאר אלע בחורי החסידות אין שפיץ פון הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, דעם רבינ'ס קינדער הרבנים הגאונים והצדיקים, און נאך רבנים און בני משפחת המלוכה.


במשך דעם מעמד איז אפגעהאלטן געווארן א פאנעל פון שאלות ותשובות איבערן אורחות חיים פונעם בעל ההילולא, וואו הרה"ג ר' ישראל שטיינמעץ שליט"א ראש ישיבה לצעירים וויזניץ אין אלעד האט פארגעלייגט די שאלות פאר די חשובע רבנים הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי אבד"ק סלונים ביתר, הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש, און הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים אבד"ק קרעטשניף וועלכע האבן הערליך אויסגעשמועסט די שאלות באורחות חייו פונעם בעל ההילולא.


דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה הגה"ח ר' מנחם ווייס שליט"א ראש ישיבת אושפיצין, בשעת די דרשה איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד און מיטגעהאלטן די דרשה, דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געווען דברות קודש איבער די הנהגות פון א חסידישער בחור במשנתו של צדיק.


דערויף האט דער רבי פארגעדאוונט מנחה פארן עמוד, און דאן ארויף צום ציון המצוינת אינעם אוהל אדמור"י בית וויזניץ אין באגלייטונג פון מאסן חסידים. א גרויסע פלאטפארמע איז געווארן אויפגעשטעלט אינדרויסן פונעם אוהל הקדוש אויף וואס דער רבי שליט"א איז געזעצן און די גאנצע ציבור האט מיטגעהאלטן דעם מעמד התפילה, מען האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים מיט גרויס התעוררות, און דער משמש בקודש הרה"ג רבי שאול גרינבערגער שליט"א האט געזאגט דער קל מלא רחמים.


דערנאך איז דער רבי שליט"א אריין אינעם אוהל הקדוש און מתפלל געווען א תפילה חרישית ביים ציון הק', און געליינט קוויטלעך פון אלע תורמים לטובת איגוד מוסדות וויזניץ אזוי אויך די תורמי המעמדות און תומכי קופת להחזיקם ולהחיותם פון די קהילה. ביים ארויסגיין האט דער רבי מפריש געווען צדקה ק"ס שקלים פאר די קופה פון איגוד מוסדות וויזניץ, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט למעון קדשו אין מושב אורה.



תגובות


bottom of page