מעמד תפילת רבים דורך תלמידי הישיבות דחסידי וויזניץ ביים מערת המכפלה לרפואתו השלימה פון האד' מוויזניץ
זונטאג פרשת ויצא • ה' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

הונדערטער תלמידי הישיבות הגדולות דחסידי וויזניץ האבן זיך דעם ליל שישי, צוזאמגענומען ביים מערת המכפלה אין חברון, וואו מ'האט אפגעראכטן א תפילת רבים, בראשות די דריי זין פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א, אבד"ק קרית וויזניץ; הגה"צ רבי יצחק ישעי' האגער שליט"א; און הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, צו מעתיר זיין און איינרייסן רחמי שמים לרפואתו השלימה פונעם רועה נאמן מרן ישראל בן לאה אסתר, בתוך שאר חולי ישראל.
נאכ'ן דאווענען מעריב האט דער משגיח הישיבה, הרה"צ רבי ישראל ארנסטר שליט"א, אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי התעוררות, און מעורר געווען די בחורים ווייטער אנצוגיין און נישט נאכלאזן די תפילות און קבלת טובות, פאר אונזער פאטער און פאסטוך, דער רבי שליט"א.
דערנאך האט מען געזאגט תהילים מיט א געוואלדיגע התעוררות, און נאכדעם האט מען געזונגען ניגוני התעוררות, לעורר זכותם פון די שלושת האבות הקדושים. דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט א פייערדיגער געזאנג אויפן ניגון "נאר אמונה אין בורא כל עולמים" מיט א פעסטע אמונה אז די תפילות וועלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.































תגובות