top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ טרעט ארויס קעגן "חמץ צוכאפעניש" מוצאי יום טוב פסח | רעקארדירונג

  • לפני 10 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג ב' דחול המועד פסח • י"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט ביים מיטאג טיש לכבוד המועד האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אויסגענוצט די געלעגענהייט שטייענדיג אינעם יום טוב פסח, און מעורר געווען מיט ווייטאג איבער די ערשיינונג וואס מ'זעהט אין די לעצטערע יארן ווען מאנכע לויפן מוצאי יום טוב ביים זמן צו קויפן חמץ אין די בעקערייען וכדומה.


ביי די דברות קודש האט דער רבי געווייטאגט איבער דער אופן וואס אידן שטיין און ווארטן אויפן מינוט פון זמן צאת הככובים, צו קענען לויפן און זיך איינהאנדלען חמץ, וואס דער רבי האט ברמיזה אנגערופן "די זאכן וואס מען טאר נישט עסן אום פסח" כלשונו.


דער רבי האט אויסגעטייטש דער לשון פונעם סיום ההגדה "חסל סידור פסח כהלכתו" זאגנדיג אז מען דארף ארויסגיין פונעם פסח, אויסגעהאלטן און ערליך, און נישט לויפן מיט אזא השתוקקות צו קויפן א שטיקל חמץ תיכף ביים זמן פון מוצאי יום טוב. 


דערביי האט דער רבי מרחיב געווען איבער די ענין פון אריינבאקן אין די יונגערע דור, די חביבות וואס מען האט געזעהן ביי אונזערע רביס, און בפרט ביים זיידן דער אמרי חיים וואס האט אזוי געקאכט אין דעם יום טוב פסח, זאגענדיג, וואס אונז האבן געזען מיט די אויגן דארף מען אריינבאקן ביי די יונגע חברה. עס דארף זיין חקוק בלבנו וואס מיר האבן געזען און מיר דארפן דאס דורכשמועסן מיט די יונגווארג.


די זעלבע דארף מען הערן פון די אלטע חסידים ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט א פסח ביי די פריעדיגע רבי'ס וואס דאס וועט האפענטלך אריינברענגען א געשמאק אין דעם גאנצן יום טוב פסח.


דער רבי האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די געהויבענע זמן פון פסח ביים רבי'ן דער אמרי חיים און ווי דער פעטער הרה"ק רבי יהודעלע דזיקובער האט נאכן טיש שביעי של פסח איבערגעזאגט פאר די חסידים אז דער שווער האט געזאגט תורה מן השמים, ואשרי עיניהם שראו.


תגובות


bottom of page