חסידי וויזניץ איבערראשט איבער געפלאנטע הכנסת ספר תורה וואס האד' מוויזניץ האט געלאזט שרייבן לזכותו ולרפואתו
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' טהרה • כ"ה ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי אלפי חסידי וויזניץ אומעטום איבער א היסטארישע חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן פאריאר לזכותו ולרפואתו השלימה.
לויט ווי ס'ווערט באקאנט האט דער רבי שליט"א פאריאר זיך אריינגעלאזט אין דעם אונטערנעמונג בקיום מצות כתיבת ספר תורה זייענדיג אין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה, ווען ער האט דאן באשטעלט ביי א היימישן סופר מומחה מחשובי חסידי וויזניץ, צו לאזן שרייבן א ספר תורה, און זינט דאן ווערט די ספר תורה געשריבן בתכלית ההידור והיופי, אלעס שטיל און באשיידן, אן א שום פרסום.
אצינד ווען די ספר תורה האלט שוין נאנט צום גמר, ביים סוף סדר דברים, האט דער רבי שליט"א מגלה געווען דעם סוד פאר זיינע קינדער הרבנים הגאונים צדיקים שליט"א און עס איז ארויס די ידיעה פאר די חסידים אז דעם יום טוב שבועות וועט אפגעראכטן ווערן די גרויסארטיגע חגיגת הכנסת ספר תורה, ווען דער רבי וועט אריינפירן זיין אייגענע ספר תורה לבית מדרשו של רבי, אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק.
דער רבי שליט"א האט באשטימט די חגיגה אויף די טעג ארום יום טוב שבועות זמן מתן תורתינו, במקהלות רבבות ישראל, אלופי אלפי החסידים פון איבער דער גארער וועלט, וואס גרייטן זיך מיטצוהאלטן דעם היסטארישן מעמד.
דער מעמד וועט זיין איינגעטיילט אין א רייע באזונדערע מאורעות, אנגעהויבן מיטן תהלוכה ברחובה של עיר וואס וועט פארקומען א שעה פארן זמן אויף די גאסן פון קרית וויזניץ ביז צום ביהמ"ד, און ביז צום סעודה לגמורה של תורה וואס וועט געפראוועט ווערן ביים גרויסן נעילת החג טיש מוצאי יום טוב בתופים ומחולות.
אצינד אז ס'איז שוין באשטימט דער זמן פונעם גרויסן מעמד, האבן די עסקנים זיך אריינגעווארפן מיט א פלייס און ברען אויסצוארבעטן אלע פרטים פון דעם היסטארישן מעמד וואס ווערן איצט באשטימט און וועט אי"ה געמאלדן ווערן אין די נאנטע תקופה.







תגובות