שמחת התנאים פון אייניקל ביי האד' מוויזניץ געפראוועט אין נייע "דיצה וחדוה" זאל אין קרית וויזניץ
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין די נייע "דיצה וחדוה" זאל, וואס איז סטאנציאנירט אין דעם בנין בית המדרש הגדול אין קרית וויזניץ, איז דעם מוצאי צום גדלי' אפגעראכטן געווארן די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, זייענדיג א פרייליכע המשך צום געהויבענעם יום טוב ראש השנה העעל"ט.
די כלה תחי' איז א טאכטער פון דעם רבינ'ס זון הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א, אבד"ק וויזניץ אלעד, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואוד שליט"א, מיט'ן חתן א זון פון הרה"ג רבי פנחס ערנסטער שליט"א, זון פון הגה"צ רבי אליעזר ערנסטער שליט"א אבד"ק מאור חיים צפת, און איידעם ביי הגה"צ רבי חיים האלפרין שליט"א אבד"ק דברי חיים גאלדערס גרין.
ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען, האבן זיך די חסידים ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ ברגשי שבח והודאה, זייענדיג דעם ערשטן מאורע אין די נייע זאל וואס איז פראכטפול פארענדיגט געווארן לקראת די ירח האיתנים. דער רבי שליט"א האט געוואונטשן לחיים און אנגעהויבן א רייע ניגוני ימים נוראים און פרייליכע ניגונים, ווען אינצווישן האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש. דערנאך האט דער רבי געבראכן טעלער און מען האט ווייטער געטאנצן אויף לעבעדיגע ניגונים, און צווישן זיי די ניגון אויף די ווערטער "תמיד שטענדיג פרייליך זיין", וואס דער רבי טוט כסדר אריינבאקן אין די חסידים.
דער רבי איז געטאנצן אן עקסטערע ריקוד מיט די חתן און מחותנים, און א באזונדערע מחול הצדיקים מיט זיין שוועסטער קינד, דער זיידע הגה"צ אב"ד מאור חיים צפת שליט"א. נאך די שמחה איז דער רבי ארויסגעפארן קיין מושב אורה בגלילות ירושלים, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע תקופה ביז צו די ימים טובים.

















תגובות