top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ערהאבענע מעמד אפיית מצות פאר יחידי סגולה תומכי קמחא דפסחא בחצר הקודש וויזניץ

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג ב' דחול המועד פסח • י"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

דעם ערב יום טוב איז בחצר הקודש וויזניץ פארגעקומען אן ערהאבענע מעמד אפיית מצות מצוה נאך חצות היום. צוליב דעם רבי'נס מצב הבריאות איז די מעמד געווען אויסשליסלעך פאר די נדיבים בעם תומכי "קמחא דפסחא" פונעם רבי'נס שטוב וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די מעמד בצל הקודש.


אנדערש ווי אלע יארן וואס די מעמד פלעגט פארקומען אינעם היכל הטישן אין קרית מלך רב איז די מעמד היי יאר אפגעראכטן געווארן אינעם סעמינאר אויף רחוב חזון איש צוליב דעם וואס דער היכל הטישן איז צענימען געווארן אין די לעצטע וואכן פארן בוי פראיעקט צו פארברייטערן דעם ביהמ"ד הגדול.


די חשובע נדבנים האבן זוכה געווען צו אנטפאנגען דעם רבין שליט"א במלוא הדרו, די וויזניצע קאפעליע האבן מהנה געווען בשירה וזמרה לכבוד די גרויסע מצווה, מען האט געזינגען פילע ניגוני הכנה און א מורא'דיגע התעוררות האט געהערשט, אין די צייט וואס די רבי שליט"א איז געזעסן על מקום קדשו איינגעהילט אין א דביקות עילאה דורכאויס דאס מצות באקן און געזאגט דעם הלל מיט'ן באקאנטן וויזניצער נוסח.


דער רבי האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן סדר האפיה זיצנדיג אויף א סטעידזש ביים מזרח, ווען די גאנצע ציבור האלט מיט די מעמד פון ארום אויף די פארענטשעס, ביים ענדע איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען נעבן די אויבן און זיך צוגעקוקט פאר לענגערע מינוטין, און אנגעוואנטשן מברכות קדשו פאר אלע חשובע נדיבים.



תגובות


bottom of page