מזומנים אין וויזניץ: תלמידי ישיבת צמח צדיק וויזניץ אלעד פארהערן זיך אויף גאנץ מס' בבא קמא בנוכחתו פון האד' מוויזניץ
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 18 שעות
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער
במעון הקודש כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער וויילט די טעג אין מושב אורה, איז אין די טעג בעפאר תשעה באב פארגעקומען א מעמד מיוחד, ביי וועלכן תלמידי ישיבה לצעירים צמח צדיק וויזניץ אין אלעד האבן זיך פארהערט אויף מסכת בבא קמא לויט דער "מזומנים" רעוואלוציע וואס איז איינגעפירט בחצר הקודש גור און איז אדאפטירט געווארן אין טייל וויזניצער ישיבות.
דעם מעמד איז געעפנט געווארן דורך דער ראש הישיבה, הרה"ג רבי ישראל ברעכער שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסע השקעה פון די בחורים אין חזר'ן די מסכת, אויסער די סדרי הישיבה, און אויסגעדריקט זיין התרגשות צו זען די פירות פון זייער עמל ויגיעת התורה.
במשך א לענגערער צייט האט דער באקאנטער בוחן הרה"ג רבי אברהם ישעי' שפירא שליט"א, פון בני ברק, פארהערט די בחורים, וועלכע האבן געענטפערט מיט א קלארקייט און בקיאות, אנצייכנענדיג די מקורות, דפים, עמודים און נעמען פון די תנאים און אמוראים.
דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן פארהער מיט א באזונדער נחת דקדושה, און איז געווען מרוגש ביז גאר אזש עס איז ממש גערינען טרערן פון רבינ'ס אויגן.
צום שלוס פונעם מעמד האט דעם רבינס זון הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, משמיע געווען דברי ברכה, און אויסגערימט די בחורים פאר זייער התמדה און די נחת רוח וואס זיי האבן גורם געווען פארן טאטן דער רבי שליט"א.
ביים מעמד האבן זיך אויך באטייליגט, הרה"ג רבי דב לנדא שליט"א, מרבני ק"ק גור וואס ידיו רב לו צו פארשפרייכטן די שיטת המזומנים מיסודו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, הרב נפתלי צבי פרוש, יושב ראש ארגון 'פרחי הדגל', וועלכער איז אויך נתכבד געווארן אויפצוטרעטן מיט דברי ברכה, און נאך עסקנים פון די "פרחי הדגל" ארגאניזאציע.


















