top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויצעקו אל ה': תפילות בוקע רקיעים ביי "קבר יוסף הצדיק" אין שכם דורך הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ לרפואת אביו האד' מוויזניץ

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' טהרה • ל' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

הייסע תפילות בוקע רקיעים איז די פארלאפענע נאכט פארגאסן געווארן ביים קבר יוסף הצדיק אין שכם, ביים ספעציעלן רירנדער מעמד תפלה וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ בני ברק שליט"א, לרפואותו השלימה פון אביו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.


דער רב שליט"א איז אנגעקומען אויף די תפלה מיוחדת צום קבר יוסף הצדיק לרגל ערב ר"ח אייר, דער חודש הרפואה, אני ה' רופאיך, אינאיינעם מיט הגה"צ ר' ישראל מילער שליט"א דומ"ץ וויזניץ, אין באגלייטונג פון א פמליא נכבדה פון חשובי החסידים וועלכע זענען באגלייט געווארן אונטער פאליצייאישע באגלייטונג.


דער רב שליט"א האט תיכף ביים אנקומען אנגעהויבן מיט די פרקי תהילים, אנהייבנדיג די פסוקי דרחמי פון קאפיטל ק"ל "שיר המעלות ממעמקים", מיט'ן נוסח המקובל אין די ימים נוראים, פסוק בפסוק, ווען דאס התעוררות התפלה פונעם ציבור איז בוקע רקיעים.


דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט פרקי תהילים בהתעוררות רב א לענגערע צייט.


ארויסגייענדיג האט דער רב באדאנקט פאר די אנוועזענדע פאליצייאישע קרעפטן וואס זענען געשטאנען אויף דער וואך אז ס'זאל ח"ו נישט פאסירן קיין שום שלעכטס.



תגובות


bottom of page