top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ ארויסגעפארן קיין שווייץ אויף אפרוה נאך סוקסעספולע מעדיצינישע פראצעדור אין דייטשלאנד

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

וויזניצער חסידים זענען דערפריידט צו הערן די גוטע בשורה אז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל אין מינכען דייטשלאנד וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן איבער די וואך, און געפונט זיך אצינד אונטערוועגנס קיין שווייץ וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע טעג זיך אנצושעפן פון פרישע כוחות נאך די מעדיצינישע באהאנדלונגען צו היילן דעם רבי'ן פון די ביטערע מחלה ה"י, וואס איז מיטן אויבערשטנס הילף אריבער מיט גרויס הצלחה.


דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון דייטשלאנד אויפן וועג צום מקום הנופש אין דאבוס שווייץ, א נסיעה פון אריבער דריי און א האלב שעה מיט א קאר. ווי די פריערדיגע מאל ווען דער רבי האט געוויילט צווישן די שווייצע בערג וועט ער האבן די אכסניא אין די קרעסטא האטעל אונטער די פירערשאפט פון משפחת האלפערט הנכבדה וועלכער האבן ספעציעל געעפענט דעם האטעל און צוגעשטעלט אלע נויטיגע געברויכן פארן רבי'ן, צו קענען מיטן אויבערשטנס הילף צוריקקומען צו די כוחות לאיתנו הראשון.


אויף שבת איז געקומען צופארן פון ארץ ישראל דעם רבינס בן זקונים הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד וואס וועט וויילן לצידו פונעם רבי'ן ביזן אהיימקומען צוריק קיין ארץ ישראל דורכאויס די קומענדיגע וואך הבעל"ט.

תגובות


bottom of page