top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דרכי ציון אבילות: פילע טויזנטער ביי לוויה פון הגאון רבי יעקב מענדל יוראוויטש זצ"ל לאנגיעריגער חבר ביד"ץ העדה החרדית

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, שלום קרויס,JDN

טויזנטער אידן האבן נעכטן במוצאי מנוחה שווארץ געמאכט די גאסן פון ירושלים עיה"ק אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר דעם שר וגדול בישראל און עמוד ההוראה הגאון הגדול רבי יעקב מנחם מענדל יוראוויטש זצ"ל, חבר ביה דינא רבה העדה החרדית, וואס איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה בעצם יום השבת קודש.


דער מסע הלוויה האט זיך אנגעהויבן פארנט פון די בניני העדה החרדית ביי "כיכר זופניק", דאס ארט וואו דער גאון זצ"ל האט איבער צוואנציג יאר געדינט אלס דיין און מורה צדק צו דער זייט פון די שרי התורה חברי הבית דין צדק, ומצודתם פרוסה איבער די גאנצע וועלט, וואו עס איז געהערט געווארן דברי קינה ונהי על סילוקו של צדיק.


מיט א געשטיקטע קול פון טרערן האט צוערשט מספיד געווען מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, בעל תשובות והנהגות וועלכער האט באוויינט די ביטערע אבידה, און זיך אויסגעדרוקט אויפן נפטר אז ער איז געווען א ידיד אמת וואס האט פארמאגט א זעלטענע סברא ישרה, און ארויסגעהויבן זיין געוואלדיגע עבודת הקודש אינערהאלב די העדה החרדית די אלע יארן.


נאכדעם האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער האט מיט גרויס צער באוויינט דעם אבל יחיד עשי לך, ארומרעדנדיג איבער די יארן וואס דער רב זצ"ל האט מרביץ תורה געווען אין ישיבת בית יוסף צבי דושינסקיא און מעמיד געווען טויזנטער תלמידים לשם ולתפארה.


בקול בכי תמרורים האט דערנאך מספיד געווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט אז די הסתלקות פון אזא נפש נקי וצדיק איז א כפרה פאר כלל ישראל אין אזא שווערע זמן ווען די וועלט שאקלט זיך. דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויפן נפטר אז ער איז געווען א הייליגן דמות פון תורה ועבודה, און אויסגעפירט מיטן פסוק אין ישעיהו "הצדיק אבד – לדורו אבד".


ווייטער זענען געהערט געווארן דברי הספד פון די חברי הבד"ץ, הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון הגדול רבי יהושע ראזנבערגער שליט"א, און הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, און דערנאך פון המקובל הגה"צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, וועלכע האבן אייניג באוויינט דעם שבר הגדול וואס האט באטראפן גאנץ כלל ישראל מיט דער הסתלקות בטרם עת פון דעם גרויסן גאון וצדיק.


די הספדים זענען געשלאסן געווארן מיט דברי פרידה פון די צוויי זין הרה"ג ר' משה יצחק שליט"א און הרה"ג ר' נפתלי הירץ יאראוויטש שליט"א, און דאן האט זיך דער מסע הלוויה ארויסגעלאזט דורך די גאסן פון מאה שערים, וואו פילע אידן האבן באגלייט דעם מיטה ובראשם אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און האדמורי"ם מתולדות אהרן, דושינסקיא, ראחמיסטריווקא, משכנות הרועים, קרעטשניף סיגעט, וויטעפסק, און די חברי הבד"ץ ורבני העדה החרדית.


ביים דורכגיין בית המדרש הגדול תולדות אהרן, האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א געזאגט קדיש, און פון דארט האט מען ממשיך געווען צום הר הזיתים, וואו דער רב זצ"ל איז געקומען למנוחת עולמים אויפן חלקת שומרי אמונים, סמוך ונראה צום ציון פון זיין גרויסן רבי'ן הרה"ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל.


תהא נשמתו צרור בצרור החיים.



תגובות


bottom of page