top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאו בכל יומא מיתרחיש: האד' מסאטמאר איז מקיים מצוה נדירה פון הפרשת תרומות ומעשרות אין שטעטל אור הגנוז

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 24 בנוב׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

א זעלטענע און התרגשות'דיגער מעמד איז געווען נעכטן זונטאג, ביים געהויבענעם מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ארצינו הקדושה.


נעכטן זונטאג אין די פארמיטאג שעות ווען די רבי שליט"א איז געווען אין אתרא קדישא מירון נאך די געהויבענע היסטארישע "שבת תולדות" במעמד אלפי חסידיו פון איבעראל, איז דער רבי שליט"א געלאדענט געווארן צו א מעמד "תרומות ומעשרות" ביי די בארימטע גרויסע וויין פירמע "אור הגנוז" וואס געפינט זיך טאקע אינעם דערפל "אור הגנוז" הארט נעבן מירון, וועלכע שטייט אונטער די אויפזיכט און השגחה מעולה פונעם בד"ץ עדה החרדית, וואס דער וויין פירמע איז געגרינדערט געווארן דורך המקובל הגה"צ רבי מרדכי שיינבערגער שליט"א פון די מייסדים פונעם יישוב אור הגנוז ומחשובי התלמידים פונעם בעל הסולם מאשלג זצוק"ל.


ביי דעם געהויבענעם מעמד האבן מפאר כבוד געווען די שרי התורה חברי הביד"ץ העדה החרדית, די רבני וועד הכשרות פון די עדה החרדית, כ"ק האדמו"ר מאשלג שליט"א הרה"צ רבי אליהו ישראל אשלג שליט"א -  ראש מכון בני היכלא, און נאך. 

עס איז געווען אויפגעשטעלט א גרויסע בימת הכבוד אויפן ארט, ווען אין צענטער פונעם אויבן אן איז אהערגעשטעלט געווארן א ספעציעלע פעסט געבויטע צינור ווי די וויין האט זיך געצויגן פונעם קעלער ווי עס ליגן באהאלטן די ריזיגע פעסער וויין, ביז צום בימת הכבוד.


דער מעמד האט זיך געעפנט מיט פאסיגע ניגוני דביקות לרגל המאורע, און דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעוואנטשן ברכת הקודש, און דערויף געעפנט די ריזיגע קראן וועלכע איז געווען מחובר צו די פעסער וויין, און עס איז געגאסן געווארן א ריזן קוואנטום וויין פון תרומות ומעשרות, בעת ווען דער ציבור זינגט ניגוני שמחה מיט אן אויסטערלישן התרגשות.


דערנאך האט מען געהערט קורצע דברי ברכה פון הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הביד"ץ העדה החרדית, און פונעם רב, הגה"צ רבי מרדכי שיינבערגער שליט"א.


דערויף האט מען געהאט די זכי' צו הערן די רירענדע דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע איז געווען אונטער א שטארקע הרגש נאכן מקיים זיין די זעלטענע מצוה, זאגענדיג, אז עס האט זיך אים געלוינט צו קומען פארן די ווייטע וועג פון אמעריקא ביז ארץ ישראל בלויז נאר צו קענען מקיים זיין אזא גרויסע און זעלטענע מצוה.


דער רבי שליט"א האט צוגעלייגט, אז כהיום היום איז די טייערסטע מצוה וואס אידן זענען מקיים און לאזן זיך קאסטן אלפים ורבבות מכספם איז "מצות כתיבת ספר תורה", וועלכע קאסט צווישן 50 און 70 טויזנט דאללער, אבער אין פראקטיק איז דער מצוה פון "תרומות ומעשרות" ביי וויין די טייערסטע מצוה וואס איז נאר פארהאן, זאגנדיג אז עס איז געגאסן געווארן גאנצע 4000 ליטער וויין, אין ווערד פון העכער 100 טויזענט דאללער.


דערויף איז פארגעקומען א מחזה הוד, ווען דער רבי שליט"א האט ארויסגענומען א טשעק פון גאנצע "מיליאן דאללער" נדבת לבם פון עטליכע נגידי בית סאטמאר, אלס א באשטייערונג לקראת די חלוקה הגדולה דורך מפעל "קרן הצלה" וואס וועט פארקומען די קומענדיגע ימי החנוכה הבעל"ט פאר די מוסדות על טהרת הקדוש ברחבי ארה"ק, און דאס איבערגעגעבן פארן חבר הבד"ץ הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט''א.


נאכן מעמד האט דער רבי שליט"א געמאכט א ברכה און געטרינקען לחיים אויף די "אור הגנוז" וויין, און אנגעוואונטשן פאר די רבנים און דער ציבור המשתתפים. צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה. נאכן מקיים זיין אזא געוואלדיגע זעלטענע מצוה אשר לאו בכל יומא מיתרחיש.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page