top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגרש"ב סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביי אסיפת חירום אין לשכת בד"ץ העדה החרדית איבער מאסן־עצרת קעגן גזירת הגיוס

  • sfbechatzros
  • לפני 20 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: דוד ארזני

ווי ברייט באריכטעט גרייט זיך דאס יהדות החרדית אין ארצינו הקדושה ארויסצוקומען אויף א מאסן עצרת מחאה ווי קיינמאל בעפאר, קומענדיג אויסשרייען דעם וויי-געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס די ציוניסטישע רעגירונג צווינגט ליידער ארויף אויף טויזנטער בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן אין ארה"ק, היל"ת, קומען פאר העפטיגע באראטונען מיט די סאמע גרעסטע עסקנים פון די חסידישע, ליטווישע און ספרדישע קרייזן צוגלייך מיטן ציל צו פאראייניגן דאס גאנצע יהדות החרדית אויף א מעגליכע עצרת המיליאן, א שטייגער וואו דער ערשטער עצרת מיליאן וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין יאהר תשע"ד בשעת די דעמאלטסדיגע גזירה פון גיוס בני הישיבות.


אינצווישן די מערערע אסיפות איז היינט אפגעהאלטן געווארן א היסטארישער מושב בית דין אינעם לשכת הביד"צ העדה החרדית אין ירושלים, מיט די באטייליגונג פון אלע חברי הבד"צ שליט"א ובראשם דער פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וואו עס איז ארויפגעקומען הגאון המפורסם רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה, וואס איז שטארק אריינגעטוהן צו ארגאניזירן דעם עצרת און פאראייניגן דאס גאנצע יהדות החרדית להרעיש תבל ומלואה אין ליכט פון די נאכאנאנדע ארעסטן אויף ישיבה בחורים פארן זינד פון זיך נישט שטעלן צום מיליטער, דאראונטער א בחור וואס לערנט אין זיין ישיבה עטרת שלמה אין ראשון לציון וואס שמאכטעט אין טורמע.


דער ראש הישיבה איז אריינגעקומען אין באגלייטונג פונעם שליח בית דין העסקן הרב שמעון שישא יושב ראש מרכז עזרה וייעוץ וועלכע האט פארגעשטעלט די ראש הישיבה פאר די חברי הבד"ץ. עס איז דערביי אויסגעשמועסט געווארן מערערע אפציע'ס און פארשידענע אפעקטיווע מהלכים אויפן טיש, אלנפאלס האבן די שרי התורה צוגעשטימט פה אחד איבער דעם חובת השעה צו שטיין פאראייניגטערהייט איבער די שרעקליכע רדיפת הדת בכלל, ובפרט פון די איצטיגע גזירה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page