top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויהי בימי קציר חטים: יערליכע ווייץ שניט אין מודיעין בפיקוח פון די שרי התורה חברי בד''ץ העדה החרדית

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' נשא ב' • י''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

דעם זונטאג העעל"ט זענען די שרי התורה חברי הבד"ץ העדה החרדית אנגעקומען קיין מודיעין צום יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ פאר די מצות פונעם קומענדיגן חג הפסח תשפ"ז הבעל"ט, און זיך אומקוקן אויפ'ן גאנצן פראצעדור פונעם קצירת און שמירת חיטין אונטער די השגחה פון די עדה החרדית.


צווישן די חברי הבד"ץ זענען ארויסגעקומען הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון הגדול רבי יהודה פישער שליט"א, הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א אין באגלייטונג פון די רבני ועד הכשרות פון די עדה החרדית.


די שרי התורה זענען ארויף אויפן קאמביין מאשין און האבן דערמיט געשניטן ווייץ פאר די מצות בטירחא דגופא. ביים ענדיגן האט די וועד הכשרות געזיגלט די זעק ווייץ מיטן הכשר הבד"ץ, און מען האט געשטעלט א שליח צו אכטונג געבן אויף די ווייץ צו מקיים זיין די מצות שמירה. באזונדער האבן די רבנים זיך אומגעקוקט אין די ווייץ סטארעדזשעס וואו די ווייץ ווערט געהיטן בשמירה יתירה כדת וכהלכה.



bottom of page