top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בד"ץ העדה החרדית צוגאסט אין קרית יואל

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' פינכס • י''ג תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אויף פארלאפענעם שב"ק פ' קרח האבן תושבי קרית יואל מקבל פנים געווען פני הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה"ק, וועלכער געפונט זיך די טעג אין ניו יארק, און האט אויף שבת קודש געוויילט אין קרית יואל לשמחת לב תלמידיו ומעריציו.


אנקומענדיג קיין קרית יואל איז דער חבר הבד"ץ שליט"א צוגעפארן אויף א באזוך בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער האט אויפגענומען דעם געהויבענעם גאסט ביותרת הכבוד, און עס האט זיך גלייך אנטוויקעלט א לענגערער שמועס בדברי תורה, זייענדיג מברר כמה הלכתא גוברתא אויף וואס דער חבר הבד"ץ שליט"א איז אנגעפרעגט געווארן אין די לעצטע תקופה. נאכ'ן וואונטשן לחיים האט דער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם געהויבענעם גאסט שליט"א ביותרת הכבוד.


אויף שבת האט דער רב שליט"א געהאט די אכסניא בבית מקורבו הרה"ח ר' הערש לייב לאנדא הי"ו, וואו פילע אידן זענען געקומען נהנה זיין מאור תורתו.


צו שלש סעודות איז דער רב שליט"א ערשינען אין היכל ביהמ"ד הגדול דקרית יואל בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און איז ביי מנחה מכובד געווארן מיט די עלי' פון "שלישי". איידער דער גאון שליט"א איז אויפגערופן געווארן לתורה, האט זיך געמאכט א שמועס איבער עולה זיין פאר א בן ארץ ישראל וואו מ'האלט שוין פאראויס מיט א וואך, און מען ליינט דארט אן אנדערע קריאה ווי ביי די בני חו"ל וואס זענען געווען פאראויסגערוקט מיט א וואך.


אבער דער גאון שליט"א האט געזאגט אז אינדערפרי ביים ליינען האט ער נאך מיטגעהאלטן די קריאה פון פרשת קרח, און האלט ביי מנחה ביי די קריאה פון פרשת חקת, און אזוי האט ער עולה געווען לתורה.


מוצש"ק איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור גומלין ביים גרויס גאסט, בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנכבד ר' יושע מרדכי שלעזינגער הי"ו פון בארא פארק, בבית דירתו בשכונת קדושת לוי אין קרית יואל המורחבת, וואו עס האט זיך ווייטער פארצויגן א שיינער שמועס בעניני נישואין ושבע ברכות, און עקסטער האט דער שמועס זיך פארצויגן איבער די שיינע שכונה וואס בליט און וואקסט לשם ולתפארת.


דערביי האט דער רבי שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן רב שליט"א, און עקסטער פאר'ן בעל אכסניא ר' יושע מרדכי הי"ו לרגל שמחת נישואי בנו. נאכ'ן ווערן ארויסבאגלייט האט דער רבי שליט"א זיך ווארעם געזעגענט פונעם גרויסן גאסט שליט"א, ונפרדו לשלום.



bottom of page