הונדערטער בני ארץ ישראל האבן מוחה געווען קעגן לשכת הגיוס אין תל השומר געגענט אין ליכט פון מאסיווע "יום גיוס"
- לפני 13 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י"ח כהן,JDN
הונדערטער שלומי אמוני ישראל זענען דעם מיטוואך, ארויסגעקומען צום געגנט פון די לשכת הגיוס אין תל השומר, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א "יום גיוס" דורכ'ן ציוניסטישן מיליטער, ווען הונדערטער בחורי ישראל זענען פארופן געווארן זיך צו שטעלן פאר די מיליטערישע אויטאריטעטן.
א "יום גיוס" איז א טאג ווען די מיליטער שיקט ארויס מאסן פארארדענונגען פאר בחורים אין די גיוס-עלטער זיך צו שטעלן אין די זעלבע טאג. אין די לעצטע חדשים איז דער פראצעדור געווארן פיל אפטער, אלס טייל פון די פארשארפונג אין די גזירת הגיוס קעגן בני הישיבות.
צוזאמען מיט דעם "יום גיוס" איז אפגעהאלטן געווארן א מאסיווע מחאה-עצרת נעבן די לשכת הגיוס, פאררופן דורך די עדה החרדית, מיט'ן ציל מוחה צו זיין קעגן די גזירת השמד און מחזק זיין די בחורים זיך נישט צו בייגן אונטער די דרוקן פון די מיליטערישע אויטאריטעטן.
ביי דער עצרת האבן זיך אנגעזעהן טייל פון די חברי הבד"ץ און נאך רבנים חשובים ומורי הוראה, צווישן זיי: דער פאר הדור הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א וועלכער האט פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים, כ''ק האדמו''ר מבוהוש שליט''א, הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, הגה''צ רבי משה קרעמער שליט''א ממנהיגי ברסלב, הגאון הגדול רבי שלמה יהודה הירש שליט"א דומ''ץ סאטמאר ירושלים וחבר הבד"ץ, הגה"צ רבי שלמה זלמן ווייס שליט''א אבד"ק שערי טוביה און נאך פיל.
עס האבן זיך אויך באטייליגן רבנים און קהילות פון די ספרדישע קרייזן בנשיאות הגה''צ רבי משה צדקה שליט''א ראש ישיבת פורת יוסף וועלכער האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המחאה דורך א טעלעפאנישע הוקאפ.
כלל ישראל איז מתפלל אז די עצרת זאל אויספירן איר ציל, און אז נאך פילע בני תורה זאלן ניצול ווערן פון די שווערע גזירת הגיוס, און זוכה זיין ווייטער אנצוגיין בדרך התורה והיראה.











