ציון מבר תבכה: הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר בד"ץ העדה החרדית פלוצלינג נפטר געווארן
- 28 בפבר׳
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שבת פ' תצוה • י"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

ויהי נועם נשבת במוצאי שבת: א וואלקן פון טרויער און יתמות האט זיך אראפגעלאזט אויף די גאנצע יהדות החרדית על בשורה קשה יוצא משערי ירושלים עיה"ק איבער די הסתלקות לשמי רום פונעם אדם הגדול בענקים, עמוד ההוראה ולוחם מלחמת ה', הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל, חבר ביה דינא רבה העדה החרדית, ורב ק"ק תולדות אהרן, וועלכע איז דעם שבת פלוצלינג נסתלק געווארן בסערה השמימה אין בלויזן עלטער פון דריי און זיבעציג יאר, איבערלאזנדיג א געוואלדיגן חלל ביים יהדות החרדית און צווישן די בני ישוב הישן בפרט.
די שווערע בשורה איז אויפגענומען געווארן מיט שאק ביי כלל ישראל, ווען דער רב איז אזוי פלוצלינג נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, נאך א קורצע תקופה וואס ער איז געווען אפגעשוואכט. הערשט דעם פארגאנגענעם מיטוואך איז דער רב דורכגעגאנגען א מעדיצינישע פראצעדור אויף די הארץ און איז פרייארג באפרייט געווארן פון שפיטאל. שבת אינדערפרי איז ער ליידער נישט אויפגעשטאנען פון שלאף, שקעה חמה שלא בעונתה.
דער רב זצ"ל איז געווען א פערזענליכקייט וואס האט פארקערפערט דעם אלטן ירושלימ'ער פראכט פון קנאות לשם שמים, וואס ער האט יורש געווען אין שטוב פון זיין פאטער, דער בארימטער סופר ירא שמים הגה"ח רבי אהרן יאראוויטש זצ"ל.
דער רב איז געווען פארעכנט אלס איינער פון די פארי וחשובי הרבנים אין חצר הקודש אין תולדות אהרן, זייענדיג א א תלמיד מובהק און דבוק בלב ונפש אין זיין גרויסן רבי'ן, הגה"ק בעל "דברי אמונה" מתולדות אהרן זצ"ל, פון וועמען ער האט געשעפט מלוא חפניים תורה ועבודה, באזונדער האט ער לאנגע יארן געדינט אלס א מגיד שיעור אין ישיבת בית יוסף צבי דושינסקיא, און אלס ראש כולל שומרי החומות וואו ער האט אויפגעשטעלט דורות פון תלמידי חכמים.
זיין גדלות בתורה והוראה איז געווען אויסערגעווענליך, ווען ער האט זוכה געווען צו באקומען היתר הוראה און "שימוש" ביי דעם גרויסן פוסק, הגאון האדיר רבי מאיר בראנסדארפער זצ"ל, בעל "קנה בושם". זיין ספר "משפטי הטהרה" וואס איז היינט צוטאגס א יסודותדיגע חיבור אין עולם ההלכה, צייגט אויף זיין טיפע בהירות און גאונות, ער איז געווען א מורה דרך פאר טויזנטער אידן, וואס נהנה געווען פון אים עצה ותושי'.
זינט חודש שבט תשמ"ו, ווען ער איז אויפגענומען געווארן אלס דיין און מורה צדק אין בית דין העדה החרדית, און בפרט שפעטער אום חודש סיון תשס"ו ווען ער איז געקוינט געווארן אלס חבר הבד"ץ, האט ער משמש געווען מיט דעם הייליגן תפקיד מיט א זעלטענעם ערנסטקייט און אחריות, ושמו הטוב הלך לפניו איבער די גאנצע וועלט.
די לוויה וועט ארויסגיין היינט מוצאי שבת בשעה 10:00 פון רחבת בניני העדה החרדית ביים כיכר זופניק אין ירושלים עיה"ק, במקום אשר עמד לשרת בקודש אלס חבר ביה דינא רבה גאנצע צוואנציג יאר כולן שוין לטובה, פון דארט וועלן אלפי ישראל באגלייטן דעם מיטה צום הר הזיתים ווי ער וועט קומען למנוחת עולמים.
אבידה היא שאין לה תמורה, חבל על דאבדין ולא משתכחין, אן אויספירליכע הערכה וועט נאכפאלגן.





תגובות