top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קריאה מעורר את הזמן: צענדליגער בחורים האבן דעם שב"ק עולה געווען לתורה בחצה"ק קרעטשניף י-ם אלס סגולה לשידוכים

לפני 6 שעות
זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פרשת תולדות • כ"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

אן אינטערסאנטע ערשיינונג האט זיך אפגעשפילט דעם שבת בבית מדרשו פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א פון ירושלים ווען צענדליגער בחורים אין די יארן פון שידוכים עולה געווען לתורה, אלס א סגולה צו ווערן געהאלפן בקרוב מיט זייערע באשערטע זיווגים.


דער מקור פון דער דאזיגער סגולה איז מקובל פון הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצ"ל, וועלכער פלעג אויפרופן ד עלטערע בחורים עולה צו זיין ביי קריאת התורה אום פרשת חיי שרה – די פרשה וואס איז עוסק אין שידוכים והקריאה מעורר את הזמן געהאלפן צו ווערן אין דעם ענין.


דער רבי זצ"ל האט צום ערשטן מאל מקיים געווען דעם מנהג ווען ער האט אום פרשת חיי שרה אויסגערופן לתורה בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א, ווען ער איז געווען א בחור אין די יארן פון שידוכים, און אויסגעפירט מיטן פסוק "ותאמר אלך" וואו רבקה אמנו האט געגעבן די הסכמה צום שידוך מיט יצחק אבינו, און טאקע א קורצע תקופה דערויף איז דער רבי א חתן געווארן למזל טוב.


מיט א יאר צוריק האבן זעקס בחורים עולה געווען לתורה בבית מדרשו פונעם רבי'ן שליט"א, און אלע זענען ב"ה חתנים געווארן אין לויף פון יאר. צוליב דעם זענען צענדליגע בחורים וואס קוקן ארויס אויף א ישועה, געקומען מיטהאלטן דעם שבת בצל הקודש אין ירושלים. ביים ליינען האט דער רבי שליט"א, וועלכער דינט אלס בעל קורא כמנהגו, צוטיילט די קריאה ביז חמישי, און צוויי אייניקלעך פונעם רבי'ן אין די יארגאנג פון שידוכים האבן עולה געווען לתורה.


שפעטער, נאך ברכת החודש, איז דער רבי אריבער צו א זייטיגער שטיבל וואו עס איז פארגעקומען נאך א מנין קריאת התורה. דער רבי האט ווידער געדינט אלס בעל קורא, און צוטיילט די פרשה אויף צענדליגע עליות, ביז אלע בחורים אינעם יארגאנג פון שידוכים האבן עולה געווען לתורה. דערנאך איז דער רבי צוריק ערשינען אין ביהמ"ד אויף תפילת מוסף.


שפעטער ביי די קידושא רבא האט דער רבי פארברענגט א לענגערע וויילע בנועם שיח איבער דעם ענין פון שידוכים, און געוואונטשן ווארעמע ברכות פאר אלע פארזאמלטע בחורים, זיי זאלן בקרוב טרעפן זייערע זיווגים הגונים, און בויען בתים נאמנים בישראל על אדני התורה והחסידות.

תגובות


bottom of page