הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק באזוכט ביי האד' מסאטמאר
לפני 6 שעות
זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פרשת תולדות • כ"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארלאפענע וואך האט הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א, גאב"ד מערב בני ברק, וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק, אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, וואו ס'איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס אריבער א האלבע שעה איבער פארשידענע מקצועות הש"ס, שמות בכתובה, און דער אכשר דרא פון לימוד התורה בימינו אלה.
באזונדער האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א שיינעם גרוס פון די יונגעלייט, רבני, חברי ורבני כולל דברי יואל דסאטמאר אין בארא פארק, וועמען ער האט פארהערט בעת זיין באזוך אין ניו יארק. דער סאטמארער רבי שליט"א האט דערנאך מכבד געווען דעם רב מיט לחיים און איבערגעגעבן ספרו לב אהרן אויף דרושים ראש השנה, סוכה, און דערנאך ארויסבאגלייט דעם גאסט ביותרת הכבוד.

























תגובות