top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי ציריך -שווייץ געבן אפ פאסיגן כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" לכבודם פון גדולי וצדיקי הדור פון ארה"ק

לפני 12 דקות
זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פרשת תולדות • כ"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דניאל נפוסי

יהדות שווייץ איז איינגעהילט אין א טיפע באגייסטערונג נאכן מיטלעבן א היסטארישע מעת לעת במחיצתם פון מרנן ורבנן גדולי תורה וחסידות וואס האבן ווידער אמאל מכתת רגליהם געווען אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער אפצוראטעווען די ישיבות וכוללים פון ארץ ישראל.


אין שפיץ פונעם דעלעגאציע איז געווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, הגאון הגדול רבי שמעון גלאי שליט"א, הגאון הגדול רבי אברהם סאלים שליט"א, הגאון רבי חיים פרץ בערמאן שליט"א מראשי ישיבת פונוביז, הגאון רבי ברוך סולובייציק שליט"א, און נאך עטליכע ראשי ישיבות פון ארץ ישראל.


דינסטאג נאכמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן די ערשטע אסיפת הנגידים, אין שטוב פון משחפת שטערנבוך, אלמנת הרבני הנגיד ר' דוב שטערנבוך ז"ל מגדולי תומכי תורה, מיט'ן השתתפות פון א געלאדענטע צאל נדיבים בעם, וואו עס איז אויפגעטריבן געווארן פאנטאסטישע סכומים פאר'ן נייעם קרן.


ביינאכט איז אפגעהאלטן געווארן דער צענטראלער מעמד קבלת פני רבותינו, לכבודם פון די גדולי מנהיגי עולם התורה וחסידות אין ארץ ישראל, וועלכע זענען פייערליך ענטפאנגען געווארן בשירה וזמרה דורך די הונדערטער תושבי העיר פון אלע שיכטן און קרייזן, די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון קהל עדת ישורון, וואו עס האבן אויפגעטרעטן די רבני העיר, הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדווא שליט"א גאב"ד קהילת אגודת אחים און הגאון רבי משה חיים לעווי שליט"א רב דקהל עדת ישורון.


דערצו איז געהערט געווארן פייערדיגע דרשות דורך דער משגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א, הגאון ר' שמעון גלאי שליט"א און די ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטירווקא שליט"א.


בקול אדיר וחזק האט מען דאן געהערט קבלת עול מלכות שמים דורך הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א, און דערמיט איז דער מעמד געשלאסן געווארן מיט גאר פייערליכע ריקודין לכבוד התורה. שפעטער ביינאכט נאכן מעמד איז אפגעהאלטן געווארן נאך א באנקעט אין שטוב פון משפ' האלפערט הנכבדה.



תגובות


bottom of page