גייסטרייכן שמחת השבע ברכות במעונו פון האד' מדושינסקיא בשילוב מיט דינער "מקרב הלב" אפגעראכטן אין וויליאמסבורג
זונטאג פרשת תולדות • כ"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

הונדערטער תלמידי וחסידי דושינסקיא אין אמעריקא האבן מיטגעהאלטן שעות פון עונג רוחני בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, ביי די גייסטרייכע סעודת מלוה מלכה און שמחת השבע ברכות לרגל די שמחה בחצר הקודש, קאמבאנירט מיטן מעמד "מקרב הלב" לטובת דעם רבינ'ס צדקה קאסע "קופת הקודש" וואס שטיצט מיט א ברייטער האנט הונדערטער משפחות פון בני הקהילה בארץ הקודש, עניי ארץ ישראל.
די מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע זאל פון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג און איז געווארן מיטגעהאלטן דורך פילע תלמידים און חסידים, תושבי ניו יארק און ניו דזשערזי.
דורכאויס די מעמד האבן מהנה געווען בשירה וזמרה די "חסידיש" קאפעליע בזמירות שירות ותשבחות, און עס איז סערווירט געווארן א סעודה רחבה כיד המלך לכבוד מלוה מלכה און שמחת חתן. ביים אנהייב פונעם מעמד האט מען געהאט די זכיה אויפצונעמען בכבוד הראוי דעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכע האט זיך געוואשן צום סעודת מצווה.
בשעת די שמחה האבן זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וועם דער רבי האט אויפגענומען בכבוד הראוי און ארומגעשמועסט בנועם שיח, באזונדער האבן באשיינט נאך רבנים חשובים פון שטאט, זייט ביי זייט מיט אנשים מכבודים און נגידים ותומכי תורה.
מיט פאסיגע ווערטער האט דער יושב ראש משמח אלוקים ואנשים הרב נחמן ליווי הי"ו, געעפענט די מעמד, דאן האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד פה מפיק מרגליות הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א דעם רבינ'ס שוואגער, וועלכער האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די גודל הזכיה פון די חסידים צו שטיצן דעם רבינ'ס צדקה קאסע וואס ברענגט אריין אן אור במושבותם פון יעדן תלמיד און חסיד באשר הוא, און האט דערציילט וואס דער רבי שליט"א האט אים פערזענליך אנטפלעקט אין א געלעגנהייט, אז עס ליגט אויף זיינע פלייצעס א שווערע עול צו שאפן דעם סכום עצום פון קרוב צו צוויי מיליאן דאלער יעדעס יאר צו קענען דעקן הוצאות פון דעם קאסע.
א הערליכע דרשה האט מען געהערט פון הגה"צ אב"ד דזשיבוי שליט"א, און א הארציגע מוזיקאלישע פרעזענטאנציע איז פארגעשטעלט געווארן דורך הרה"ח ר' יואל ברוין הי"ו וואו ער האט געשילדערט משולב מיט פאכמאנישע חרוזין און געזאנגען פון די בעלי מנגנים, דעם שווערן לאגע פון די נצרכים אין ארץ ישראל, און וויאזוי דער רבי שליט"א טראגט דעם עול און איז נושא בעול איז מיט דעם צער פון יעדן יחיד. דערנאך איז העסקן הדגול הרה"ח ר' יעקב אבעלעס שליט"א, יו"ר וועד קופת הקודש אין אמעריקא ארויפגערופן געווארן צו ערהאלטן א תעודת הוקרה פונעם רבי'ן, באגלייט מיט ברכת הקודש כאות הכרת הטוב פאר זיינע פילצאליגע פעולות לטובת די קופה ולכל קדשי בית דושינסקיא במסירות ונאמנות.
בחרדת קודש האבן די פארזאמלטע זוכה געווען צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט רגשי הכרת הטוב פאר אלע עסקנים, און א שבח והודאה פאר השי"ת אויף די סייעתא דשמיא וואס באגלייט די קופה בכל צעד ושעל, און דערביי אפעלירט צום ציבור צו שטיין לימינם פון די עסקנים צו שטיצן די משפחות להחיות עם רב. בהמשך דבריו האט דער רבי שליט"א משבח געווען בנו דער מחותן הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א, אבד"ק אהל פייגא, וועלכער שטייט בכל עת צו די רעכטע האנט פון די מוסדות הקדושים און באזונדער פארן קופת הקודש, און מסיים געווען מיט א לענגערע ברכת הקודש פאר די בעלי שמחה, עסקנים און אלע משתתפים.
נאך די דברות קודש האט דער גאנצער ציבור אונטערגעשריבן די שטרי זכות ושותפות, וואו עס איז ב"ה אריינגעקומען גרויסע סכומים העכער אלע ערווארטונגען. צום שלוס זענען אלע נדיבים דורך פאר א לענגערע וויילע איבערגעבן די שטרי התחייבות פארן רבי'ן און ערהאלטן ברכת קדשו, ווען פאר די גרעסערע נדיבים האט דער רבי געשאנקען א מתנת קודש לשמירה וברכה.















































תגובות