top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

החתן יערי ליבערמאן באזוכט ביי ראש הישיבה הגרמ"ה הירש נאך זיין באפרייאונג אינמיטן שבע ברכות

לפני 13 שעות
זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פרשת תולדות • כ"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

נאך זיין באפרייאונג פון טורמע, איז דער חשובער חתן יערי ליבערמאן וואס איז פארגאנגענע וואך ברוטאל ארעסטירט געווארן דורך די מיליטערישע פאליציי פארנט פון זיין הילפפלאזע כלה, שטייענדיג אינמיטן די שבעת ימי המשתה, אנגעקומען למעון תורתו פון מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, וואו ער האט זיך באדאנקט פאר די השתדלות פונעם ראש הישיבה פאר זיין באלדיגע באפרייאונג און די חיזוק וואס ער האט געשאנקן פאר זיין אויפגעטרייסלטע כלה אין די שווערע תקופה, בעת ער האט געוויילט אין לאנדאן.


ביים באזוך האט דער חתן געשילדערט פארן ראש הישיבה איבער די שווערע אומשטענדן אין טורמע, די צרות און פייניגונגען וואס ער האט דורכגעמאכט, און דערביי פארגעלייגט און אויסגעשמועסט זיינע ספקות איבער זיין בעפארשטייענדע געריכט פראצעט.


דער ראש הישיבה, האט אים איבערגעגעבן א קלארע הדרכה, באגלייט מיט שטארקע דברי חיזוק זאגנדיג אז אויב ער וועט זיך אונטערגעבן און נאכגעבן דעם דרוק, וועט דאס ברעכן דעם כח פון אלע טויזנטער בני הישיבות, און דעריבער דארף ער זיך האלטן פעסט און נישט נאכגעבן גארנישט פון זייערע פארלאנגען.


צום שלוס האט אים דער ראש הישיבה גאר ווארעם אנגעוואונטשן ער זאל קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש און אויפבויען א בית נאמן בישראל.

תגובות


bottom of page