צדיקי ירושלים נועדו: היסטארישע אסיפה להצלת מבצר הכוללים עטה"ק פארגעקומען במעונו פון ראש הישיבה הגרי"ד טורטשין
- 15 ביוני
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:שמואל דריי/מ.א. נוימאן
א היסטארישע כינוס לצדיקים האט נעכטן צונויפגענומען די צדיקי וזקני ירושלים, גדולי האדמור"ים פונעם ישוב הישן, במעון תורתו פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א אויף רחוב הושע אין ירושלים.
די אסיפה איז געווען געווידמעט לחיזוק וביסוס די בארימטע כולל־נעץ "ממלכת מבצר הכוללים על טהרת הקודש", מיסודו פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל "שערי טוביה", און שטייט כיום בנשיאותו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א.
די כוללים צושפרייט אין אריבער פינף־און־צוואנציג סניפים לענגאויס ירושלים, בית שמש, צפת, חריש און נאך שטעט איבער ארץ ישראל, מיט א מספר עצום פון קרוב צו אכט הונדערט אברכים יקרים בליעה"ר, לומדי תורה בטהרה.
די מטרה פון דער היסטארישער אסיפה, וואו די גדולי ומאורי הדור שליט"א האבן זיך מטריח געווען בטירחא דגופא אנטייל צו נעמען, איז געווען מחזק צו זיין און פארזיכערן דעם המשך קיום התורה בטהרה אין אזעלכע שווערע זמנים ווי מען שטייט היינט.
באזונדער האט מען באותו מעמד מקבל פנים געווען דעם אורח הדגול, הרבני הנגיד ר' מנחם מארקאוויטש שליט"א פון ניו יארק, מנאמני ביתו פונעם ירושלימער רב ז"ל און דער פטרון ועמוד התווך פון די מבצרי הכוללים וועלכער וויילט יעצט אין ארץ ישראל.
צווישן די גדולי ישראל שליט"א וועלכע האבן זיך משתתף געווען ביי די כנסיה לשם שמים האבן זיך געציילט: דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, דער בעל האכסניא ראש הישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, כ"ק האדמו"רים מתולדות אהרן, ראחמיסטריווקא, משכנות הרועים, בוהוש, הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, די שרי התורה חברי בד"ץ העדה החרדית הגה"צ רבי שלמה יהודה הירש שליט"א, הגה"צ רבי יהודה פישער שליט"א, הגה"צ רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א, הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי חסידי ברסלב, און נאך רבנים חשובים פונעם ישוב הישן, און די ראשי הכוללים צו דער זייט פון די הנהלת העדה החרדית והנהלת מבצר הכוללים.
דער מעמד איז געעפענט געווארן דורך הגאון רבי שלמה זלמן ווייס שליט"א אב"ד שערי טוביה, בנו יחידו פון מרן גאב"ד ירושלים זצ"ל, וועלכער האט ארומגערעט איבער די פעולות פון זיין גרויסן פאטער דער רב זצ"ל פארן מבצר הכוללים. ער האט ארויסגעברענגט די פרייד צו זען ווי זיינע פעולות זענען חיים וקיימים, און ווי די כוללים גייען ווייטער אן ביתר שאת וביתר עוז.
דערנאך האט מען געהערט רירנדע ווערטער פון הרבני הנגיד ר' מנחם מארקאוויטש שליט"א, פטרון ועמוד התווך פונעם מבצר הכוללים, וועלכער האט ארויסגעברענגט זיין טיפע הכרת הטוב אויף די זכי' צו שטיין אין אזא מקום קדוש, ביי א כינוס לשם שמים וואס גדולי ומאורי הדור מסובין בה. ער האט זיך באדאנקט פארן נשיא הכוללים דער ראש הישיבה הגאון רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, וואס האט געעפנט זיין שטוב לרווחה פאר דער מסיבה של מצוה, און האט מעלה געווען זכרונו הבהיר פון מרן גאב"ד ירושלים זצ"ל, מייסד הכוללים, וועלכער האט זיך כל ימיו מוסר נפש געווען למען המשכת התורה בטהרה.
אינצווישן די דרשות האט מען אויסגענוצט די עת רצון, און די גדולי ישראל שליט"א האבן אינאיינעם געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים און פסוקי דרחמי לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א, וואס שטייט שטענדיג לימין היהדות החרדית, וועלכער איז ליידער מוטל על ערש דוי און זקוק לרחמי שמים מרובים.
א רגש דקדושה האט ארומגענומען די אסיפה ווען דער ראש הישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, האט אויפגעטרעטן מיט דברים נלהבים. דער ראש הישיבה שליט"א האט באטאנט אז "מבצר הכוללים" איז א אור בתוך החושך, א בחינה פון "זאת חוקת התורה – פרה תמימה אשר לא עלה עליה עול", וואו מען לערנט תורה בטהרה אן נהנה זיין אפילו א פרוטה משולחן איזבל. ער האט געזאגט אז נאר אין דעם זכות ווערט מקוים די הבטחה פון "כי לא תשכח מפי זרעו", און אז די לעצטע אנטוויקלונגען ווייזן קלאר פארוואס די רשעים האבן במשך השנים ארויסגעגעבן אזויפיל געלט פאר מוסדות התורה און ישיבות – כדי צו געוועלטיגן און ווערן בעלי בתים אויף די מקומות התורה, נאר בזכות די ערליכע אידן וואס האבן זיך אפגעשיידט מהם ומהמונם, האט די תורה הקדושה נאך א קיום אין ארץ ישראל.
דערנאך האט מען געהערט דעם ברכת כהן פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער האט זיך אויך באדאנקט פארן נדיב ופטרון הכוללים הרב מנחם מארקאוויטש שליט"א, און ארויסגעהויבן די זכות און פליכט צו שטיצן די מבצר הכוללים, וועלכע זענען בבחינת "שמן זית זך" על טהרת הקודש.
מיט א חרדת קודש האט מען געהערט די ברכת הקודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועלכער האט מיט קורצע אבער הארציגע דיבורים ארויסגעברענגט אז די אלע וואס נעמען אנטייל אין שטיצן דעם מקום תורה בטהרה זענען ממשיך דעם מסורה פון "משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע ויהושע לזקנים", ואשרי חלקם.
באזונדער האבן די גדולי הרבנים שליט"א ארויסגעהויבן לשבח פון העסקן הרה"ח ר' שמעון ראטטער שליט"א, מנהל מבצר הכוללים, וועלכער שטייט על משמרתו מיט א געוואלדיגע מסירות נפש למען קיום ועתיד הכוללים.
ביים סוף פונעם מעמד האבן זיך די גדולי ומאורי ישראל שליט"א ווארעם געזעגנט איש את רעהו. באזונדער זענען די רבנים צוגעגאנגען צום בעל האכסניא, ראש הישיבה הגאון רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, לברך ולהתברך.










































