פרישע 5 מיליאן דאלער חלוקה דורך מפעל הכביר "קרן הצלה" פארגעקומען אין לשכת הבד"ץ פאר 276 מוסדות עטה"ק
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

שטייענדיג נארוואס נאכ'ן פארלאפענעם יאר תשפ"ו ווען מפעל הכביר "קרן הצלה" האט אויסגעטיילט גאנצע 17 מיליאן דאלער; האט מען אצינד, אריינטרעטנדיג אינעם נייעם יאר תשפ"ז, תחל שנה וברכותי', מיט'ן רעכטן פוס, ווען מ'האט ווידעראמאל אויסגעטיילט פרישע 5 מיליאן דאלער, פאר די מוסדות עטה"ק. די חלוקה איז פארגעקומען אינעם לשכת הבית דין צדק שבירושלים, זייענדיג א מחזה הוד וקידוש שם שמים.
די מנהלים האבן נישט געקענט קומען צו זיך פאר התרגשות. פילע מנהלים האבן זיך אויסגעדריקט אז ס'איז 'קרן הצלה' כפשוטו; דאס דערהאלט און ראטעוועט די עקזיסטענץ פון זייערע מוסדות, אז זיי זאלן קענען באצאלן געהאלט, און אנגיין ווייטער, אז זייער מוסד זאל נישט אפשפארן ח"ו.
באזונדער האט קרן הצלה אויך אויסגעטיילט א "חלוקה דרבנן" פון קעש קארטלעך לכבוד יו"ט פאר די איבער 3,000 כלי קודש, מלמדים און מגידי שיעורים פון אלע מוסדות עטה"ק, לאות הוקרה צו מוטיגן זייער עבודת הקודש במסירות נאמנה, אז זיי זאלן קענען איינקויפן רואיג די צרכי החג, בכבוד ובנחת.
די יעצטיגע 'חלוקת חמש מיליאן' איז א ספעציעלע חידוש. ווען א יאר צוריק תשרי תשפ"ו ביים ערשטן חלוקה האט מען עספיעט אויפצוטרייבן און פארטיילן בלויז 2 מיליאן דאלער - שטייענדיג קורצליך נאכ'ן חלוקת חמש מיליאן פון 'חודש אב', האט מען היי יאר טראץ מען האט ב"ה פארטיילט א חודש צוריק 5 מיליאן דאלער אין חודש אב, איז מען ב"ה מעלין בקודש, און מען האט אצינד באוויזן אויסצוטיילן פרישע 5 מיליאן דאלער ביים ערשטן חלוקה פון חודש תשרי.
דערצו איז די חינוך הטהור נעץ דראסטיש געוואקסן, ווען אזויפיל ווי 29 נייע מוסדות עטה"ק זענען צוגעקומען היי יאר תשפ"ז צום ליסטע פון קרן הצלה, אויסברייטערנדיג די נעץ פון מוסדות צו גאנצע 276 מוסדות עטה"ק!
ווי געזאגט איז די מעמד פארגעקומען אין די עדה החרדית הויפטקווארטירן אין בנייני "זופניק", בראשות פון די שרי התורה חברי בי דינא רבא דירושלים עיה"ק, במעמד פון אלע מנהלים וואס זענען געקומען פון גאנץ לאנד מדן ועד באר שבע. ביים מעמד איז ספעציעל ארויסגעהויבן געווארן דורך די חברי הבד"ץ, די אלע תומכים, אומערסטענס תלמידי וחסידי סאטמאר פון אמעריקא און קאנאדא וואס דאס אלעס איז זיי צו פארדאנקען און די רבנים האבן געוואונטשן די אלע תומכים אז די זכותים זאל זיי אלע ביישטיין צום יום הדין צו האבן א גוט געבענטשט יאר!
















תגובות