באשיידענע מעמד קבלת פנים פאר אסירי ציון אין לשכת הבד"ץ העדה החרדית אין ירושלים עיה"ק
- 5 באוג׳
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שיינעם מעמד "קבלת פנים" איז פארלאפענעם וואך אפגעהאלטן געווארן אינעם לשכת הבית דין צדק פון העדה החרדית אין די בניני זופניק בעיר הקודש ירושלים לכבודם פון א צאל חשובע אסירי ציון מבני ישוב הישן, וועלכע זענען געזעצן איינגעשפארט פאר לאנגע וואכן אינעם פינסטערן מיליטערישן טורמע צוליב זייער עקשנות דקדושה אנטקעגן די גזירת הגיוס.
די חשובע אברכים מקדשי השם זענען ארויפגעקומען צום לשכת הבד"ץ כדי צו ערהאלטן די ברכת הקודש פון די שרי התורה חברי ביה דינא רבה, זיי זענען באגלייט דורך זייערע עלטערן און רבותיהם זקני ירושלים של מעלה, ובראשם דער שליח בית דין העסקן הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א יו"ר מרכז עזרה וייעוץ, וועלכער האט אימערמידליך געארבעט און אריינגעלייגט גרויסע כוחות פאר זייער באפרייאונג.
דורכאויס דעם מעמד האבן מרנן ורבנן חברי הבית דין צדק שליט"א ארויסגעברענגט זייער הערכה צו יעדן איינציגן אינגערמאן פון די גיבורי החיל וואס האט געשמאכטעט אין די צעלן פארן אייניגסטן חטא פון זיך נישט שטעלן אין מיליטער.
די חברי הבד"ץ שליט"א האבן זיך נאכגעפרעגט איבער זייער מצב און די שווערע טורמע-אומשטענדן וואס זיי זענען אריבער, און באזונדער זענען אויפגעברענגט געווארן פילע הארבע הלכה'דיגע שאלות וואס זענען אונטערגעקומען דארט אין תפיסה, ווי די ענינים פון נטילת ידיים און מזוזה, ווי אויך איבער דעם חינוך פון די קינדער אין די שווערע תקופה.
ביים ענדע פונעם מעמד זענען אלע אסירי ציון אינאיינעם מיט זייערע משפחות דורך ביי די חברי הבד"ץ, וואו די שרי התורה האבן זיי פערזענליך באגריסט במאור פנים. די דיינים שליט"א האבן אנגעוואנטשן די גיבורי החיל מיט ווארימע ברכות און פערזענליכע חיזוק צו ממשיך זיין צו הארעווען על התורה והעבודה ביתר שאת וביתר עז, און צו לוחם זיין מלחמת ה' אן קיין שום פחד און מורא קעגן די גזירות וואס די שלטונות שטעלן ארויס חדשים לבקרים, ותהי שמחה גדולה בירושלים.




























תגובות