להסיר מכשול: שערוריה אין לשכת ביד"ץ עדה החרדית איבער "געפרינטע מזוזות" פארקויפט פאר היימישע אידן
- Bechatzros admin
- לפני 19 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

די אנגייענדע שערוריה איבער די פסול'ע מזוזות וואס ווערן ליידער פארקויפט דורך שווינדלער מכשילי הרבים האט פון פריש אויפגעפלאמט דעם מיטוואך אינעם בית דין הגדול שבירושלים, העדה החרדית, ווען די שרי התורה חברי הביד"ץ זענען ערציטערט געווארן ביים זען מיט די אויגן א פעקל "געפרינטע מזוזות" וואס איז פארקויפט געווארן פאר א היימישן איד אין ירושלים.
די מזוזות זענען געברענגט געווארן דורך א בחור וואס לערנט אין א באקאנטע ישיבה אין ירושלים, אלס א געווענליכע באזוך אינעם "לשכת הגהה" פון די עדה החרדית, צו בודק זיין די מזוזות אין זיין דירה. אבער ווען די מגיהים האבן איבערגעקוקט די מזוזות זענען זיי ערשטוינט געווארן צו זען אז אלע מזוזות, געשריבן מיט א ספרד'ישן כתב, איז בכלל נישט געשריבן געווארן מיט א פעדער און טינט כהלכה, נאר איז פשוט און פראסט "געפרינט" געווארן מיט א מאשין! און זיי זענען נישט מער ווי פשוט'ע שטיקלעך פאפיר, אן קיין שום שייכות מיט א כשר'ע מזוזה.
דער רב פון לשכת הגהה הגאון רבי שמואל ליבערמאן שליט"א, צוזאמען מיט'ן מנהל פון ועד הפיקוח הרב ישראל לאמעט שליט"א זענען זאפארט ארויפגעקומען מיט די מזוזות צום לשכת הביד"צ, וואו די רבנים זענען ערשיטערט געווארן צו זען ווי אלע מזוזות זענען פונקט די זעלבע און אפי' די טעותים און די אותיות זענען פונקט די זעלבע.
הגאוה"צ חברי הביד"צ שליט"א האבן באפוילן די מנהלים פון ועד הפיקוח פון די עדה החרדית צו לאזן וויסן דעם ציבור אויף דעם מכשול, און אז מ'זאל נזהר זיין ווען מ'קויפט מזוזות און אויך די וואס האבן א חשש זאלן געבן צו איבערקוקן די מזוזות כדי נישט צו נכשל ווערן חלילה מיט אן איסור דאורייתא פון פסול'ע מזוזות רח"ל.












