top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור ביי חתונה בבית קאלוב - טריסק מאנטריאל – ראב"ד סקווירא - חליסה פארגעקומען אין שטאט מאנסי

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש

קרעדיט: שלום שווארץ, יוצי ד. | JDN

אין דער שטאט מאנסי איז פארלאפענעם ליל שישי אפגעראכטן געווארן די שיינע רבישע חתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' שריהו יונה טווערסקי שליט"א אדמו"ר מטריסק מאנטריאל, איידעם ביי הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שמואל משה דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' פרץ טובי' דייטש שליט"א אבד"ק חליסה, און איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן שמעון טויב שליט"א אבד"ק קאלוב בארא פארק, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען זאל עטרת טשארנא אין מאנסי. דער מסדר קידושין איז געווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס האט זיך משתתף געווען ביי די חופה זייענדיג אין די גלילות פון שיכון סקווירא. נאכן מסדר זיין חופה וקידושין האט דער רבי אויסגעווארט ביז נאכן חופה און דאן אנגעוואונטשן די חתן מחותנים און זיידעס, און געהייסן איבערגעבן א פריסת שלום און ברכת מזל טוב פאר מחותנו דער זיידע כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א וועלכער האט זיך נישט משתתף געווען ביי די חופה מפאת חולשתו. שפעטער ביינאכט נאך די שמחת החתונה איז דער קאלובער רבי אריבעגעפארן קיין שיכון סקווירא אויף א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואו עס איז פארצויגן געווארן א הערליכער שמועס.



תגובות


bottom of page