טויזנטער אידן שרייען ארויס קול זעקה ומרה קעגן שרעקליכע גזירת גיוס בני הישיבות ברחובה של ירושלים עיה"ק
- 21 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער
טויזנטער אידן מסלתה ומשמנה פון די בני ירושלים זענען דעם ליל שישי ארויסגעגאנגען לרחובה של עיר און שווארץ געמאכט די ירושלימער גאסן וואו מען האט אינאיינעם איינגעריסן רחמי שמים מרובים פאר די אנגייענדע פלאגעניש און ענדלאזע רדיפות הדת דורך די רשעי הציונים.
דער מעמד תפילה, וועלכע איז פארגעקומען בחצות לילה, האט מאחד געווען אין איין ארט טויזנטער ירושלימער אידן וועלכע האבן מעומקא דליבא אויסגעשריבן זייער וויי געשריי און איינגעריסן רחמי שמים מרובים לביטול רוע הגזירה.
די החלטה פון די עיני העדה ובראשם דער פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהות ארויסצוגיין לרחובה של עיר קומט אין א צייט ווען די רדיפות הדת איז אויף אירע העכסטע שטאפלען. עס איז ליידער א מציאות אז טאג טעגליך ווערן בחורי הישיבה און אברכי הכולל ארעסטירט און שמאכטן אפ אין די ארץ ישראל'דיגע טורמעס ווי פאברעכער, בלויז פאר'ן חטא אז זיי ווילן זיך נישט דינען אין דער שמד מיליטער פון די מדינה הציונית.
די עצרת האט זיך אנגעהויבן אויף דער שטח פון זופניק און זיך ארויסגעצויגן אויף די ארומיגע גאסן ווייטער. בראש הנאספים האבן זיך אנגעזעהן די חברי הבד"ץ פון די עדה החרדית, אינאיינעם מיט פילע אדמו"רים, ראשי ישיבות און רבנים חשובים, צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, כ"ק אדמו''ר מסטראפקוב שליט"א, הגאון רבי יצחק זאב סולובייציק שליט"א ראש ישיבת בריסק, הגאון רבי יוסף משה שניאורסון שליט"א ראש ישיבת טשעבין, הגה"צ רבי אביש ציינווירט שליט"א, הגה"צ רבי גמליאל רבינוביץ שליט"א, און הגה"צ רבי משה טיטלבוים שליט''א דומ"ץ סאטמאר ירושלים, אינאיינעם מיט נאך פילע רבנים ודיינים החונים תחת דגל העדה החרדית.
צוליב דעם וואס דער פוסק הדור, הגאון האדיר בעל תשובות והנהגות שליט"א, האט זיך נישט געקענט באטייליגן פערזענליך אינעם עצרת, איז בשעת דעם מעמד פארגעלייענט געווארן א ספעציעלער מכתב קודש ווי דער גאון שליט"א טוט מחזק זיין די טויזנטער מוחים מיט א בקשה להרבות בתפלה וזעקה קעגן די ביטערע גזירה.
דער ספרא דיינא הרב יצחק שלמה בלויא שליט"א, האט געעפנט דעם עצרת און אויפגערופן כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, צו האלטן די צענטראלע דרשה. דער רבי שליט"א האט האט קלארגעשטעלט און מדגיש געווען אז דער קאמף איז נישט בלויז איבער פינאנציעלע סנקציות אדער גזירות, נאר דאס איז אן קאמף אויף דער עצם גזירת הגיוס און דעם פראוו אפצורייסן די בחורי חמד פון די בתי מדרשים און זיי אריינפירן אין א מסגרת וואס באדראט זייער גאנצן רוחניות און נשמה, אויסשרייענדיג קבל עם ומלואה: "דאס איז א קאמף אויפן רוחניות'דיגן קיום פון כלל ישראל!".
דאן האט הרה"ח רבי יעקב חנון שליט"א, מזקני חסידי משכנות הרועים צוגעטרעטן צום עמוד און געזאגט דעם סדר הסליחות פון י"ג מידות מיטן מקובל'דיגן נוסח פון עשרת ימי תשובה. די י"ג מידות זענען געזאגט געווארן פסוק ביי פסוק מיט געוואלדיגע בכיות און תחנונים וואס האט זיך געהערט גאסן ווייט, ווען די טויזנטער אידן גיסן אויס זייערע הערצער לאבינו שבשמים לביטול רוע הגזירה.
צום שלוס, איז כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א מכובד געווארן מיט קבלת עול מלכות שמים, וואס איז פארגעזאגט געווארן מיט אן אומבאשרייבליכע התעוררות.





























תגובות