top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עצרת מספד אין חצה"ק תולדות אהרן ככלות השלושים פון הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר הבד"ץ

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' אחרי קדושים • ה' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי,JDN

דעם זונטאג האבן זיך פארזאמלט הונדערטער חסידים און תושבי ירושלים אין גרויסן ביהמ"ד תולדות אהרן אין די מאה שערים געגענט, צום עצרת מספד והתעוררות ככלות השלושים פון הגאון האדיר רבי יעקב מענדל יאראוויטש זצ"ל חבר הבד"ץ בירושלים עיה"ק, וזקן רבני ק"ק תולדות אהרן וועלכער איז פארלאפענעם שבת זכור בצפרא דשבתא פלוצים נסתלק געווארן, איבערלאזנדיג א שרעקליכן חלל וואס איז שווער צו ערפולן, זייענדיג א ריכטיגע אבידה שאין לה תמורה.


דער גרויסער ביהמ"ד איז געווען געפאקט מקצה אל קצה מיט מאסן אידן וואס זענען געקומען באוויינען דעם גרויסן פארלוסט וואס כלל ישראל האט פארלוירן, אין דער פרייליכער זמן פון חודש אדר. ובראשם האבן זיך אנגעזעהן חשובע רבנים, דיינים און מרביצי תורה, יושבים על מדין.


בראש המספידים האט אויפגעטראטן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם ענין פון מיתת צדיקים מכפרת אין די היינטיגע פרשה, און ארומגערעט איבער זיין יגיעת התורה משנות נעוריו, און וואו ער איז געווען פון די שומרי הגחלת שלא תכוה און דער "עמוד ההוראה" פון די קהילה, א פוסק וואס האט געטראגן די שווערסטע שאלות אויף זיין פלייצע מיט א קלארקייט.


דערנאך האט מען געהערט דברי הספד פונעם יושב ראש הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א, הגאון הגדול ר' אהרן בראנסדורפער שליט"א - חבר הבד"ץ ומרבני הקהלה, הגאון ר' חיים יוסף בלויא שליט"א רב שכונת פאג"י, הגאון ר' ברך יהודה היימליך שליט"א מרבני הקהילה, און הגאון ר' יעקב אליעזר פאפענהיים שליט"א רב שכונת מאה שערים, וועלכע האבן פה אחד מעיד געווען אויף זיין בהירות נפלא אין אלע מקצועות התורה און זיין שטארקייט צו שטיין על המשמר פון חומות הדת אין ירושלים, אזו אויך איז ערווענט געווארן זיין דמות דיוקן מיט זיין דביקות בתורה, וכל היום והלילה הוא שיחתו, זיין הרבצת התורה, ממשיך געווען בגאון ועוז די מלחמה לה' בעמלק מדור דור, זיין שפלות רוח, זיין סבר פנים יפות צו יעדן איד אין יעדן מצב, און וואו ער איז געשטאנען איתן כחלמיש לוחם צו זיין מלחמתה של תורה קעגן די ציוניסטישע מדינה און די שרעקליכע גזירות קעגן דעם דת תורתינו הק'.



תגובות


bottom of page