top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נגידי חסידי זוטשקא לעבן מיט ימי התעוררות ביי נסיעה לקברי צדיקים מסע "שערי שמים"

לפני 5 שעות
זמן קריאה 6 דקות

דינסטאג פרשת תולדות • ל' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק

א גרופע פון ארום זעכציג נדיבים, בוני בית המדרש הגדול "בית זוטשקא" אין בני ברק, האבן זיך די טעג צוריקגעקערט פון א געהויבענעם מסע הקודש "שערי שמים", צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, אין שפיץ פון כ"ק האדמו"ר מזוטשקא שליט"א. די נדיבים, וועלכע האבן בייגעשטייערט דעם גרויסן סומע פון זעכציג טויזנט שקל פארן ביהמ"ד, זענען ארויסגעפארן אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א, פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון די גדולי ומאורי החסידות אין פולין להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


די נסיעה איז אויך באגלייט געווארן דורך דער מלהיב לבבות ישראל הרה"ג ר' שאול יהודה שידלא שליט"א, פון די משפיעים אין "קול דודי", וועלכער האט כסדר געהאלטן דעם ציבור געשפאנט מיט דברי הכנה והתעוררות, ארויסברענגענדיג די שייכות און די ספעציעלע ענינים פון יעדן צדיק ביי וועמענ'ס ציון מ'האט מתפלל געווען.


דאנערשטאג פארטאגס האט דער רבי שליט"א אין די פמליה זיך געהויבן אויפ'ן וועג קיין בודאפעסט, וואו מ'האט געלאנדעט אין די פריע נאכמיטאג שעה'ן. נאך תפלת מנחה אינעם לופטפעלד האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט פראכטפולע VIP ספרינטערס אין ריכטונג פון דער אוקריינישער גרעניץ, און נאכ'ן אריבערגיין דעם גרעניץ האט מען ממשיך געווען דעם וועג צום עיר האבות בישטינא, וואו דער רבי שליט"א האט נאך קיינמאל נישט מתפלל געווען ביז היינט.


ביים אנקומען קיין בישטינא האט מען זיך געשטעלט צו תפלת מעריב מיט אן אויסטערלישן התעוררות. בעפאר קדיש האט זיך דער רבי שליט"א אויסגעדרייט צום ציבור און משמיע געווען קורצע דברות קודש, ארויסברענגענדיג די קדושת המקום און די גרויסע עת רצון זיך אויסצובעטן אלעס גוט'ס.


דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק', וואו עס איז ביים אריינגאנג צום אוהל אפגעראכטן געווארן א ספעציעלער מעמד פון הדלקת ק"ס נרות, באגלייט מיט ניגוני קודש פונעם הייליגן רבי'ן רבי מרדכעלע זי"ע.


מיט אימה ויראה איז דער רבי שליט"א אריינגעטרעטן אינעם אוהל הקדוש, און מיט גרויסע בכיות משמיע געווען דברים חוצבים להבות אש, איבער די קדושת המקום והזמן. דער רבי האט גערעדט כבן המתחטא לפני אביו, און זיך געבעטן אז דער צדיק זאל פועל'ן ישועות, כבחיים חיותו.


דערנאך האט מען געזאגט ספר ראשון אין תהילים מיטן יהי רצון, און דערנאך סליחות, י"ג מידות און "לדוד ה' אורי וישעי", אויפן נוסח המקובל פונעם רבי'ן רבי מרדכעלע זי"ע. נאכדעם איז דער גאנצער ציבור דורך כבני מרון, להתברך בכל מילי דמיטב, און דער רבי האט דערנאך געליינט די קוויטלעך פון די בוני הבית.


במשך די פאר שעה וואס מען האט פארברענגט אין בישטינא האט מען געשפירט דעם התרגשות, זעענדיג דעם אויסטערלישע רגשי קודש מיט וואס דער רבי שליט"א איז געווען ארומגענומען במשך די גאנצע צייט.


פון בישטינא האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין ליזענסק, וואו מ'איז אנגעקומען אין די פריע פארטאגס שעה'ן, און גלייך זיך געשטעלט דאווענען שחרית.ס'איז שווער צו שילדערן די התרגשות'דיגע געפילן וואס האט זיך געשפירט במשך דעם שבת, זייענדיג איין שטיק התעלות און התרוממות, צו וואס עס האט אזוי שטארק צוגעגעבן דער מקום קדוש און דער ציבור קודש פון אזא געהויבענע עדה חסידים.


א ספעציעל רירנדע התרגשות האט געהערשט ביים מעמד הדלקת נרות שבת קודש, ווען דער רבי שליט"א האט צום ערשטן מאל מדליק געווען די נרות שבת קודש ברבים. בעפאר דעם מעמד האבן די מנגנים לבית משפחת ניילנדער געזונגען ניגוני בקשה אויף גוטע קינדער, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגענדיג די סגולה פון דעם הייליגן מקום צו מתפלל זיין פאר דורות ישרים ומבורכים, ובפרט אין דער צייט ווען די נשים צדקניות פארגיסן טרערן פאר גוטע קינדער.


נאכן מעמד איז דער רבי שליט"א ארויסגעגאנגען צום ציון הקדוש אינאיינעם מיט די חסידים, וואו מ'האט געזאגט "הודו" בפניא דמעלי שבתא. איידערן אנהייבן הודו האט דער רבי משמיע געווען דברים נוראים איבער די קדושת הזמן פון ערב שבת קודש ביים הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, וועלכער איז געווען א ספעציעל מסוגל'דיגע צייט לתשובה.


צום טיש ליל שבת איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו "שלום עליכם" און קידוש, און במשך די סעודה אינצווישן די זמירות שירות ותשבחות און דברות קודש האט דער רבי האט אויסגעלערנט א נייעם ניגון וואס ער האט פארפאסט אויף די ווערטער "חמדת ימים אותו קראת" וואס מען זינגט ביי די זמירות שבת.


צום ערשטן מאל האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן אן באטע נאך'ן טיש, אויף א גאר געהויבענער שטייגער. דער רבי האט פארברענגט בנועם שיח איבער מנהגי קודש און סיפורי צדיקים, וואס האט נאך מער צוגעגעבן צו די געהויבענע אטמאספערע.


די עליות שבת אינדערפרי זענען פארקויפט געווארן פאר שיינע סכומים לטובת די הוצאות השבת, און צום ערשטן מאל איז אויך פארקויפט געווארן פתיחת הארון, מיט וואס מען האט מכבד געווען דעם רבי'ן. נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך לרפואתו השלימה פונעם וויזניצער רבי'ן, און א באזונדערן מי שברך פאר אלע בוני הבית.


די סעודת צפרא דשבתא האט דער רבי שליט"א מיטגעגעסן מיטן עולם. במשך דער סעודה איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע שאלות ותשובות סעסיע איבער דרכי עבודת השם, ווען די שאלות זענען פארגעלייגט געווארן פאר'ן רבי'ן בטוב טעם ודעת דורך דער משפיע הרה"ג ר' שאול יהודה שידלא שליט"א, און דער רבי האט געענטפערט במתק לשונו, מיט אן אוצר מלא פון הדרכות און חיזוק בעבודת השם.


גאר געהויבן איז געפּראַוועט געוואָרן דער שלש סעודות, ביי וועלכן מ'האט געזינגן די זמירות, און מ'האט שפּעטער געהערט די לענגערע דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, מיט שטארקע דברי התעוררות אויף התחזקות באמונה און נאך, אלץ במשנתו פונעם הייליגן נועם אלימלך, וואס מען דארף מיטנעמען פון אזא שבת און פון אזעלכע געהויבענע טעג צו וואס מ'איז זוכה, בעת נהרי נחלי דמעות זענען פארגאסן געווארן צווישן דעם ציבור המשתתפים.


גלייך נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין לאנצוט, צום ציון הקדוש פון הרה"ק מראפשיץ זי"ע, וואו מען האט געזאגט דעם צווייטן ספר תהילים, און דערנאך האט דער רבי שליט"א, צוזאמען מיט די בני המשפחה און די מקורבים, ממשיך געווען דעם וועג קיין שינאווא, צום ציון הקדוש פון הרה"ק משינאווא זי"ע.


נאכדעם איז אפגעראכטן געווארן די ועידת "בוני הבית", ארום רייך געדעקטע טישן, וואו מ'האט געהערט דעם דרשת נואם הכבוד דורך הרה"ג רבי יוסף האניג שליט''א, ראש ישיבת בעלזא אין אשדוד. דערנאך האט דער גראמער ר' יוסף צבי ניילנדער, צוזאמען מיט זיינע קינדער שיחיו, פארגעשטעלט ספעציעלע גראמען, באזירט אויף די ניגוני קודש וואס זענען פארפאסט געווארן דורכן רבי'ן שליט"א במשך השנים.


דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דעם משא המעמד, און אויסגעדרוקט די טיפע רגשי הכרת הטוב פאר די בוני הבית, וועלכע האבן זיך אונטערגענומען אזעלכע גרויסע סכומים לטובת דעם בית הגדול. דערביי האט דער רבי שליט"א אויך געשפילט אויפ'ן פידל כמנהג אבותיו, און נאך ברכת המזון האט ער פארטיילט פאר די בוני הבית דעם הייליגן ספר "נועם אלימלך", איינגעבונדן אין לעדער.


דער קלימאקס איז געווען דער מעמד התעוררות ביים עלי' לציון הק' אין ליזענסק. אי' שוקל וסופר צו קענען שילדערן דעם אויסטערלישן התעוררות וואס האט געהערשט ביי די מעמד הוד. וואו מ'האט אנגעהויבן כחצות הלילה די ניגוני התעוררות כהכנה דרבה, און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש מלהבות אש, מעורר צו זיין רחמי שמים און ממליץ טוב זיין אויף כלל ישראל אין די שווערע תקופה פון חבלי משיח, דערמאנענדיג אז דער הייליגער רבי רבי אלימלך זי"ע האט כידוע מבטל געווען חבלי משיח.


דערנאך האט מען געזאגט דעם דריטן ספר תהילים, און די תפילה פון הייליגן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע. דער גאנצער ציבור איז דערנאך דורך מיט קוויטלעך, און דער רבי האט יעדן געוואונטשן.


פון ליזענסק האט מען ממשיך געווען קיין רימנוב, וואו מ'האט געדאווענט מנחה. דער רבי שליט"א האט זיך דערנאך אראפגעזעצט צו א לחיים אינאיינעם מיט המשפיע הגה"צ רבי יצחק ארלאנגער שליט"א, און דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד.


דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויס צום בית החיים, צום ציון הקדוש פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן א ספעציעלער מעמד פתיחת שערי פרנסה. מ'האט געזאגט דעם פערטן ספר תהילים און "לדוד מזמור", וואס איז מסוגל לפרנסה, און דערנאך האט מען געזאגט פרשת המן ברוב עם.


פון דארט איז מען אריבער צום אוהל פון הייליגן רבי'ן רבי הערש זי"ע, וואו מ'האט געזאגט דעם פינפטן ספר תהילים, און מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט.


דער לעצטער סטאנציע פונעם נסיעה איז געווען אין צאנז, וואו דער רבי שליט"א האט געדאווענט תפלת מעריב אינעם בנין הכנסת אורחים "בוני צאנז", און דערנאך איז מען ארויף צום ציון הקדוש, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש איבער די קדושת המקום, און זיך געבעטן ביים הייליגן דברי חיים זי"ע, ער זאל ארויפטראגן די אלע תפילות וואס מען האט מתפלל געווען במשך דעם גאנצן נסיעה.


פון צאנז האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין קראקע, פון וואו מ'האט זיך געהויבן אויפ'ן וועג צוריק קיין ארץ ישראל, מיטנעמענדיג הויפנס מיט ישועות ורפואות לטובת הכלל והפּרט.


גלייך ביים אנקומען אין ארץ ישראל איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן דירעקט קיין אתרא קדישא מירון, צו פוקד זיין דעם ציון הקדוש פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע, כמנהגו יעדן ערב ראש חודש.



תגובות


bottom of page