top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יום קודש הוא: טויזנטער חסידים מיטגעהאלטן יום הכיפורים בצל האד' מוויזניץ

לפני 23 דקות
זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', האבן רבבות חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן דעם דערהויבענעם און געהויבענעם יום הקדוש בצל הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ווען מען האט זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס עבודת הקודש דורכאויס דעם הייליגן טאג, וואו דער רבי שליט"א האט טראץ זיין שוואכקייט מיטגעהאלטן און פארגעדאווענט די תפילות מיט העכערע כוחות, בפרט ביי א טייל פון די תפילות ווען דער רבי האט זיך אנגעשטרעגנט בכל כוחותיו און מען האט זוכה געווען הערן קולו בקודש בקול שאגת ארי.


בכניסת היום הקדוש איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית מדרש הגדול צו כל נדרי, וואו דער רבי האט געדינט אלס שליח ציבור כנהוג, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט מיט די ספר תורה, צוזאמען מיט גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א און הרה"ג רבי ברוך שמעון ארנסטר שליט"א. נאך ברכת שהחיינו האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צום פילקעפיגן ציבור און אנגעהויבן דעם ניגון "תפן אלינו ברחמים" וואס מען האט געזינגען מיט גרויס התעוררות.


א טאפנדע התרגשות האט ארומגענומען דעם גאנצן ביהמ"ד ווען דער רבי האט משמיע געווען לענגערע שיחת קודש מיט דברים חוצבים להבות אש קעגן די נגע הטעכנאלאגיע וואו דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט מיט א שארף לשון זאגנדיג אז ווער עס וויל האבן א שייכות מיט אים זאל זיך דערווייטערן פון די אלע כלים המשחיתים. דערנאך האט דער רבי פארגעדאווענט תפילת מעריב בקול חוצב להבות אש, און נאכן דאווענען האט זיך דער רבי ווידער אויסגעדרייט צום ציבור און אנגעהויבן דעם ניגון "אשרי אדם עוז לו בך", וואס האט אויפגעפלאקערט דעם עולם פאר לענגערע מינוטן מיט אן עקסטערע התלהבות וינועו אמות הסיפים.


בעיצומו של יום, אינדערפרי האט מען אנגעהויבן שחרית אום 6:45, ווען דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו המלך, ביי חזרת הש"ץ איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי, און דארט ממשיך געווען דאס דאווענען מיט א מנין מצומצם. צו תפילת המוספין איז דער רבי ווידער אריינגעקומען אינעם היכל ביהמ"ד הגדול און צוגעגאנגען צום עמוד מיט אן עבודה נשגבה. ביי "אין קצבה" האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צום ציבור און מעודד געווען די ריקודין בשירה וזמרה. פאר עלינו האבן די משוררים פארגעזינגען דעם נייעם מארש פון תשפ"ז כנהוג. דאס התעוררות אין ביהמ"ד בשעת דער רבי האט פארגעזאגט די פיוטים איז געווען אומבאשרייבליך, בפרט ביי "היה עם פיפיות" און ביי די סדר העבודה וואו מען האט זוכה געווען צו הערן ווי דער רבי וויינט זיך אויס כבן המתחטא לפני אביו, וככהן גדול בעבודתו.


נאך מוסף איז דער רבי אריין אל חדרו הפרטי וואו דער רבי האט געדאוונט מנחה. די הויכפונקט פונעם הייליגן טאג איז געווען ביי תפילת נעילה וואו דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה באש להבה און פארגאסן טייכן טרערן. 


ביים זמן האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צו די חסידים און אנגעהויבן דעם ניגון "ויאתיו כל לעבדיך" כנהוג, ווען דער גאנצער ביהמ"ד האט אויסגעבראכן אין א פרייליכן און שטורמישן טאנץ. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי מליצה ישרה אויף כלל ישראל, און דאן אויסגעשריגן די פסוקי ייחוד, און דער ראש ישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א האט געבלאזן שופר.


נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און דערנאך אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור מען זאל האבן געפוילט אלעס גוטס, און דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין א שטורמישן געזאנג "האטס געפוילט אלעס גוטס".


עטליכע שעה דערויף איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען צו קידוש לבנה, און דערנאך אפגעראכטן דעם טיש פון מוצאי יום כיפור בכלי זמר בתופים ומחולות. דער רבי האט במשך דעם גאנצן טיש מעודד געווען די ניגונים מיט אן אויסטערלישע התלהבות, בשעת מען האט געזינגען ניגוני יום הכיפורים און ניגונים פון אמונה און בטחון, וואו דער רבי האט בין גברא לגברא משמיע געווען דברות קודש בענייני אמונה ודביקות בה' ווי זיין שטייגער בפרט אין די יעצטיגע זמנים, בפרט האט מען א לענגערע צייט געזונגען דעם ניגון 'אשרי אדם עוז לו בך' ארויפגעפאסט אויף די ווערטער 'תמיד שטענדיג פרייליך זיין' וואס דער רבי שליט"א האט ממליץ געווען אלס די ראשי תיבות פון שנת תשפ"ז. ביים ענדע פונעם טיש האט דער גאנצער עולם ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט טענץ און געזאנג, ויום טוב היו עושין בצאתו בשלום מן הקודש.



תגובות


bottom of page